ווידעאָ: פֿרומע קינדער באַגריסן מאַראַטאָן־לויפֿער

Video: Hasidic Kids Greet Marathon Runners

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 10, 2015, issue of November 27, 2015.

פֿאַר די וואָס קענען ייִדיש און באַזוכן וויליאַמסבורג אָדער באָראָ־פּאַרק, איז איינע פֿון די אינטערעסאַנסטע זאַכן דאָרטן די פֿאַרשידענע שילדן, פּלאַקאַטן און פּאַשקעווילן, וואָס מע קען לייענען. די דאָזיקע אויפֿשריפֿטן, בפֿרט די פּאַשקעווילן, זענען עסטעטיש גאַנץ טשיקאַווע און דערמאָנען אַ פֿאַרגאַנגענע צײַט פֿאַרן אויפֿקום פֿון די טאָג־צײַטונגען, שוין אָפּגערעדט פֿון די הײַנטיקע „סמאַרטפֿאָונס‟. די פּאַשקעווילן, מיט זייערע ריזיקע פֿיר־קאַנטיקע אותיות און (געוויינטלעך) בלויז שוואַרץ־ווײַסע, זעען אויס ענלעך צו די אַלטע פּלאַקאַטן אינעם אַמאָליקן „ווילדן מערבֿ‟ פֿון אַמעריקע, וואָס די הײַנטיקע אַמעריקאַנער קענען בלויז פֿון די אַלטע „קאַובוי‟־פֿילמען. אַ דאַנק דעם, וואָס די אַלט־מאָדישע פּאַשקעווילן ווערן באַטראַכט ווי „רעטראָ‟, דאָס הייסט, זיי זענען אַזוי אַלט־פֿרענקיש, אַז מע באַטראַכט זיי ווי „ווידער־נײַ‟ און „קיל‟, זאַמלען אַ סך פֿאַרשידנאַרטיקע מענטשן אַזעלכע שילדן, וואָס זיי געפֿינען אויף דער גאַס.

פֿאַר די וואָס זענען באַקאַנט מיט די ניו־יאָרקער פּאַשקעווילן, איז קיין חידוש ניט, אַז סוף־אָקטאָבער אָנהייב־נאָוועמבער זעט מען יעדעס יאָר אַזוינע פּאַשקעווילן מיט אַ רויטן אויפֿשריפֿט, אויף וועלכע עס שטייט „טײַערע אידן — זײט געווארנט!‟ אונטן גיט מען צו פֿאַרשטיין, אַז מע טאָר ניט גיין זונטיק אויף בעדפֿאָרד עוועניו במשך פֿונעם מאַראַטאָן, און אַז מע טאָר, „אַוודאי זיך נישט אָפּשטעלן קוקן‟, און אַז די „עלטערן זאָלן אָנזאָגן די קינדער זיך נישט צו דרייען דאָרט‟.

דעם גאַנצן פּאַשקעוויל קען מען לייענען אָט דאָ:

דער זעלביקער פּאַשקעוויל שטעלט מען צו צו די טעלעפֿאָן־ און עלעקרטריע־סלופּן יעדעס יאָר פֿאַרן מאַראַטאָן.

ווי עס טרעפֿט זיך, אָבער, פֿאָלגן ניט אַלע חסידישע קינדער די שטרענגע תּקונות וועגן דעם מאַראַטאָן. לעצטנס, איז אַרויס אויף „יו־טוב‟ דער דאָזיקער חנעוודיקער פֿילם־עפּיזאָד, אין וועלכן אַ גרופּע חסידישע קינדער באַגריסן די מאַראַטאָן־לויפֿערס און מאַכן מיט זיי „הײַ־פֿײַווס‟, אַזאַ מין פּאַטש מיט די הענט.