השומר־הצעיר, צוריק אין גלות

Hashomer Hatzair, Back to the Diaspora

פֿון עדי מהלאל

Published November 12, 2015, issue of November 27, 2015.

עומר חכּים, דער „השומר־הצעיר‟־שליח אין אַמעריקע
עומר חכּים, דער „השומר־הצעיר‟־שליח אין אַמעריקע

מיט אַ 100 יאָר צוריק איז אויפֿגעקומען אין גאַליציע די ערשטע ציוניסטישע יוגנט-באַוועגונג, דער „השומר־הצעיר‟ (דער יונגער וועכטער). מיט דער צײַט האָט זי אויך גענומען זיך דעפֿינירן ווי סאָציאַליסטיש, און האָט אויפֿגעבויט 85 קיבוצים אין ארץ-ישׂראל. אַ יאָר צענדליק נאָך איר גרינדונג, איז פֿאַרלייגט געוואָרן „השומר־הצעיר USA‟ דורך די ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע. איינער פֿון זיי האָט געהייסן יונה (יאַנאָווסקי) ינאַי (1998-1910), וואָס איז פֿריִער געווען אַ „השומר־הצעיר‟־מיטגליד אין גראָדנע. אַ פּאָר יאָר שפּעטער, האָט ער אין פּאַלעסטינע, מיט אַ גרופּע צפֿון-אַמעריקאַנער חלוצים, געגרינדעט דעם קיבוץ „עין-השופֿט‟.

90 יאָר נאָך יאַנאָווסקיס טעטיקייט, איז פֿון ישׂראל אָנגעקומען זײַן אייניקל, עומר חכּים, צו דינען אין די קומענדיקע יאָרן ווי דער צענטראַלער שליח פֿון „השומר־הצעיר USA‟. עומרן קען איך נאָך פֿון אונדזערע בשותּפֿותדיקע לימודים אין דעם חיפֿהער אוניווערסיטעט. האָבן מיר לעצטנס געפֿירט אַ שמועס וועגן געשיכטע, זײַן שליחות, זײַנע פּלענער און נאָך.

מיר הייבן אָן מיט אונדזער שמועס בנוגע דער אידעאָלאָגיע פֿון דער באַוועגונג: „דער ׳השומר־הצעיר׳ שטייט פֿון אָנהייב אָן און נאָך ביז הײַנט אויף דרײַ זײַלן: ציוניזם, הגם ער שטעלט זיך שטאַרק אַנטקעגן דער פּאָליטיק פֿון דער הײַנטיקער ישׂראל-רעגירונג און פֿון דער אָקופּאַציע. אָבער ס’איז וויכטיק צו באַטאָנען, אַז אונדזער קעגנשטאַנד צו דער אָקופּאַציע קומט נישט נאָר פֿונעם מאָראַלישן קוקווינקל, אלא אויך פֿונעם ציוניסטישן קוקווינקל, ווײַל מיר האַלטן, אַז די אָקופּאַציע וועט ברענגען צום חורבן פֿון ציוניזם דורכן פֿאַרלירן די ייִדישע מערהייט‟.

פֿאַר דער גרינדונג פֿון מדינת-ישׂראל, פֿלעגט „השומר־הצעיר‟ פּריידיקן אַ צוויי-נאַציאָנאַלע סאָציאַליסטישע מלוכה אין פּאַלעסטינע. אין יענע צײַטן האָט אַפֿילו דער יונגער נועם כאָמסקי זיך געפֿילט נאָענט צו דער באַוועגונג, און פֿאַרבראַכט אַ שטיקל צײַט אין דעם „הזורע‟־קיבוץ. אין יעדן פֿאַל, האָט די באַוועגונג אַרום 1947 אָנגענומען דעם צעטיילונג-פּלאַן פֿון צוויי באַזונדערע מלוכות. עומר חכּים זאָגט מיר, אַז דורך גבֿעת-חבֿיבֿה, אַ דערציִונג-צענטער אין צפֿון-ישׂראל, אַרבעטן זיי הײַנט צו פּראָטעזשירן דעם פֿאַרשטאַנד צווישן ייִדן און אַראַבער. עומר רעפּרעזענטירט אין ניו-יאָרק אויך די דערציִונג-פֿונדאַציע פֿון גבֿעת-חבֿיבֿה.

„דער צווייטער זײַל איז די ייִדישע‟, גיט מיר חכּים ווײַטער צו פֿאַרשטיין. „דער ׳השומר־הצעיר׳ איז בפֿירוש אַ סעקולערע באַוועגונג, אָבער ער האָט אויך גענומען אַ סך פֿון ייִדישקייט. אָנהייבנדיק פֿון אונדזער עשׂרת-הדיברות פֿון השומר, ביזן וואָרט ‘קיבוץ’ און דעם באַגריף ‘קהילה’, וואָס קומען ביידע פֿון חסידות, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס קיין שילן זענען אין די קיבוצים נישט געווען; און בעיקר, פֿונעם ייִדישן קאַלענדאַר: מיר פּראַווען די ייִדישע יום-טובֿים, אָבער אויף אונדזער אייגענעם נוסח. צום בײַשפּיל, האָט דער קיבוץ זײַן אייגענע ווערסיע פֿון דער הגדה-של-פּסח.

יונה ינאַי, חכּימס זיידע, דריקט חיים ווײַצמאַנס האַנט
יונה ינאַי, חכּימס זיידע, דריקט חיים ווײַצמאַנס האַנט

„דער דריטער זײַל איז די סאָציאַליסטישע, וואָס מיר האָבן בשותּפֿות געהאַט מיטן ׳בונד׳. מיר פֿלעגן זיך פֿאָקוסירן אַרום דעם ׳קיבוץ׳־געדאַנק, אָבער הײַנט נעמען מיר אויך אַרײַן קריטיק פֿון דער ווירטשאַפֿט, און אַ קעגנשטעל צו דער איבערגעטריבענער קאָנסומפּציע, סײַ צו דער שליטה פֿון דעם און סײַ איבער דער פּאָליטישער סיסטעם.‟

איך פֿרעג אים וועגן זײַנע פּלענער פֿאַר „השומר־הצעיר‟ אין אַמעריקע, וואָס ראשית-כּל, האָבן זיי צו טאָן מיטן פֿאַרגרעסערן די צאָל מיטגלידער. פֿאַר דער מלחמה, זענען געווען אַ זעכציק טויזנט מיטגלידער איבער דער וועלט, ס’רובֿ אין מיזרח-אייראָפּע. איז נאָך דער מלחמה, קיין סך פֿון דעם מיזרח-אייראָפּעיִשן צענטער נישט געבליבן. הײַנט זענען אין אַמעריקע דאָ אַרום צוויי הונדערט טעטיקע מיטגלידער, און זיי וועלן אין די קומענדיקע יאָרן לכל-הפּחות זיך פֿאַרטאָפּלען.

„מיר געפֿינען זיך אין אַן איבערגאַנג-תּקופֿה, פֿון זײַן בלויז אַ יוגנט-באַוועגונג, וואָס קאָנצענטרירט זיך אין ישׂראל, צום שאַפֿן פֿולשטענדיקע קהילות איבער צפֿון-אַמעריקע פֿאַר דערוואַקסענע און יוגנט צוגלײַך. מיר פֿילן, אַז די טראַדיציאָנעלע ייִדישע קהילה-סטרוקטור פּאַסט נישט פֿאַר אַ סך מענטשן. אַפֿילו די רעפֿאָרם-באַוועגונג דינט נישט די באַדערפֿענישן פֿון סעקולערע אָדער פּראָגרעסיווע משפּחות, און געוועזענע ישׂראלים. איך האַלט, אַז דאָס איז אונדזער גרעסטע פּערספּעקטיוו.

„אויסער דעם, טראָגן מיר אויך אַ פּאָליטישן אינהאַלט. אין די לעצטע זעקס יאָר האָט נתניהוס פּאָליטיק זייער פֿאַרקלענערט די אידענטיפֿיצירונג מיט ישׂראל בײַ די ייִדישע פּראָגרעסיווע קרײַזן. דער ׳השומר־הצעיר׳ איז מסוגל צו זײַן אַ מין בריק און איבערלאָזן די דאָזיקע מענטשן בײַם ציוניסטישן שמועס-קרײַז. פֿאַרשטייט זיך, ווילן מיר האָבן מער קינדער אין אונדזער זומער-לאַגער ‘שומריה’ און אין אונדזערע וועכנטלעכע טעטיקייטן.‟

וואָס הייסט, דער ציוניסטישער שמועס-קרײַז? — פֿרעג איך בײַ עומר.

„דאָס הייסט, צו פֿאַרשטיין דאָס חשיבֿות פֿון מדינת-ישׂראל און פֿונעם ציוניסטישן געדאַנק. צו ווײַזן די ישׂראל-שיכטן, וואָס ווילן קאָעקזיסטענץ און אַ בשותּפֿותדיקע געזעלשאַפֿט אין ארץ-ישׂראל.‟

היסטאָריש איז דער השומר הצעיר געווען אַנטי-ייִדיש געשטימט. אָבער אָט דער צוגאַנג האָט זיך מיט די יאָרן געביטן. זיי זענען געווען די ערשטע זיך אומצוקערן אין פּוילן, און זיך געטראָפֿן מיט מאַרעק עדעלמאַן 40 יאָר נאָכן אויפֿשטאַנד. זיי לערנען זיך הײַנט וועגן דעם „בונד‟, און זענען עולה-רגל כּסדר צום עדעלמאַנס קבֿר.

„מיר ברענגען אַרײַן אין אַמעריקע אַן אייגנאַרטיקע קיבוץ-איבערלעבונג, מיט ווערטן פֿון סאָלידאַריטעט און סאָציאַלן תּיקון, און נישט בלויז פֿון פֿינאַנציעלער הצלחה און קאַריערע. הײַנט קוקט קיינער נישט אויפֿן ׳בונד׳ ווי אויף אַ פֿײַנט, און מע פֿאַרשטייט, אַז ס’איז מעגלעך אויפֿצובויען ייִדישע קהילות אין גלות.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.