ס׳רובֿ ישׂראלים ווילן נישט אַוועקפֿאָרן

Most Israelis Don’t Consider Emigration

אַ מאַפּע פֿון ישׂראלדיקער עמיגראַציע פֿאַר 2010, צונויפֿגעשטעלט דורכן פֿאָרש־אינסטיטוט „פּיו‟
Wiki Commons
אַ מאַפּע פֿון ישׂראלדיקער עמיגראַציע פֿאַר 2010, צונויפֿגעשטעלט דורכן פֿאָרש־אינסטיטוט „פּיו‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 13, 2015, issue of December 11, 2015.

דער „ישׂראלדיקער אינסטיטוט פֿון דעמאָקראַטיע‟ האָט באַמערקט אינעם הײַיאָריקן „אינדעקס‟־באַריכט געוויסע שטאַרקע עלעמענטן פֿון פּאָלאַריזאַציע צווישן די ייִדישע און אַראַבישע תּושבֿים פֿונעם לאַנד. אין ביידע סעקטאָרן פֿון דער געזעלשאַפֿט, ווי די סטאַטיסטיק האָט אויפֿגעוויזן, איז נישט אַלץ אַזוי פֿויגלדיק, ווען עס קומט צו די דעמאָקראַטישע ווערטן. פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן די פֿאָרשער אַנטדעקט, אַז די קלאַנגען וועגן די פֿאַרשפּרייטע עמיגראַציע־שטימונגען צווישן די ישׂראלים זענען איבערגעטריבן. דינסטיק, דעם 10טן נאָוועמבער, האָט יוחנן פּלעסנער, דער פּרעזידענט פֿונעם אינסטיטוט, האָט פּרעזענטירט דעם נײַעם באַריכט פֿאַרן יאָר 2015 דעם ישׂראלדיקן פּרעזידענט, ראובֿן ריוולין. דעם 11טן נאָוועמבער האָט די צײַטונג „דזשערוזאַלעם־פּאָסט‟ דערציילט וועגן די רעזולטאַטן פֿון דער נײַער פֿאָרשונג.

לעצטנס, האָבן זיך אין דער פּרעסע פֿאַרשפּרייט די ידיעות וועגן דער מאַסן־עמיגראַציע פֿון די ישׂראלים, וועלכע האָבן געשאַפֿן גאַנצע אייגענע געגנטן אין בערלין, ניו־יאָרק, מעלבורן, קאַנאַדע און אַנדערע לענדער. למעשׂה, האָט דער אויספֿרעג געוויזן, אַז 84 פּראָצענט פֿון די ישׂראלדיקע בירגער ווילן אין ערגעץ נישט אַוועקפֿאָרן, אויב אַפֿילו זיי וואָלטן געקאָנט באַקומען אַן אויסלענדישע בירגערשאַפֿט. אין דעם פֿאַל, האָבן די ייִדן און אַראַבער אַרויסגעוויזן אַ סאָלידאַריטעט. ביידע גרופּעס האָבן ליב אַרומצופֿאָרן ווי טוריסטן, אָבער קלײַבן זיך נישט צו פֿאַרלאָזן ישׂראל אינגאַנצן.

ביידע גרופּעס גלייבן אָבער — בסך־הכּל בערך 60 פּראָצענט — אַז די אַראַבער אין ישׂראל לײַדן פֿון דיסקרימינאַציע. אַזוי האַלטן אַפֿילו 44 פּראָצענט פֿון די, וואָס האָבן זיך באַצייכנט ווי רעכט־געשטימטע בעת דעם אויספֿרעג. צווישן די, וואָס האַלטן זיך ווי לינק־געשטימטע, מיינען 80 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע, אַז דער אַראַבישער סעקטאָר ווערט דיסקרימינירט.

73.6 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע ייִדן האָבן געזאָגט, אַז פֿראַגעס פֿון שלום און זיכערהייט מוזן באַשליסן אַ ייִדישע מערהייט. ס׳רובֿ ישׂראלדיקע ייִדן — 53.6 פּראָצענט — מיינען, אַז ס׳רובֿ וויילער אין די ענינים פֿון פֿירערשאַפֿט, געזעלשאַפֿט און עקאָמאָניע דאַרפֿן זײַן ייִדן. דערצו, האָבן 56.6 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע ייִדישע ישׂראלים באַמערקט, אַז זיי זענען געשטימט קעגן דער עקזיסטענץ פֿון אַראַבישע פּאַרטייען אין דער רעגירונג און ווילן נישט דערלאָזן, אַז אַן אַראַבער זאָל דינען ווי אַ מיניסטער.

55.7 פּראָצענט ישׂראלדיקע ייִדן גלייבן, אַז אויב אַן אַראַבער האַלט זיך פֿאַר אַ פּאַלעסטינער, קאָן ער נישט זײַן אַ געטרײַער בירגער פֿון ישׂראל. 42.3 פּראָצענט מיינען דערצו, אַז די אַראַבישע בירגער פֿונעם לאַנד, אין אַלגעמיין, ווילן צעשטערן די ייִדישע מלוכה. אין דער זעלבער צײַט, האָבן 78 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע געענטפֿערט, אַז זיי גייט נישט אָן, צי זייער דאָקטער איז אַ ייִד אָדער אַן אַראַבער.

36.1 פּראָצענט ייִדן ווילן נישט האָבן קיין אַראַבישע שכנים; נאָך מער, 48.5 פּראָצענט, ווילן נישט וווינען לעבן אויסלענדישע אַרבעטער. 42.6 פּראָצענט אַראַבער, פֿון דער אַנדערער זײַט, ווילן נישט לעבן בשכנות מיט די חרדים, און 40.4 פּראָצענט — בשכנות מיט די האָמאָסעקסואַלן. בלויז 11.4 אַראַבישע בירגער פֿונעם לאַנד וואָלטן גאָרנישט געהאַט קעגן וווינען צווישן ייִדן.

מדינת־ישׂראל האַלט זיך פֿאַר אַ ייִדישער דעמאָקראַטישער מלוכה. די פֿאָרשונג האָט אָבער געוויזן, אַז בלויז 27 פּראָצענט ישׂראלדיקע ייִדן גלייבן, אַז די דאָזיקע צוויי באַגריפֿן גייען האַנט בײַ האַנט. 37 פּראָצענט מיינען, אַז ישׂראל מוז זײַן אַ ייִדישע מלוכה, אָבער לאַוו־דווקא אַ דעמאָקראַטישע, און 35 פּראָצענט — פּונקט פֿאַרקערט.

דער באַריכט האָט אויך געוויזן, אַז אין ישׂראל וואַקסט אַ טיפֿער אומצוטרוי צו דער רעגירונג און אַפֿילו אַ פּאַנישער פּחד פֿאַר קאָרופּציע. 77.7 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע האָבן געטענהט, אַז זיי קאָנען נישט משפּיע זײַן אויף די רעגירונג־באַשלוסן און 54.4 פּראָצענט מיינען, אַז די כּנסת־דעפּוטאַטן זענען אַ פֿוילע חבֿרה.

דער אויספֿרעג האָט אַרומגענומען 1,019 דערוואַקסענע, עלטער פֿון 18 יאָר. דער פּינקטלעכקייט־ניוואָ איז פּלוס־מינוס 3.2 פּראָצענט. פּלעסנער האָט באַטאָנט, אַז די פֿאָרשונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן פֿאַר די אַנומלטיקע טעראָר־אַטאַקן. עס קאָן זײַן, אַז הײַנט וואָלטן זיך באַקומען אַנדערע ציפֿערן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.