אַ בליק אין דער נשמה פֿון אַ פּאַציענט

Exploring the Heart and Mind of a Patient

אַ וואָלונטיר שטעלט אַ פֿראַגע דעם רעפֿערענט. לינקס: ד״ר נאָרמאַן בלומענטאַל
Jonathan Rosenstreich
אַ וואָלונטיר שטעלט אַ פֿראַגע דעם רעפֿערענט. לינקס: ד״ר נאָרמאַן בלומענטאַל

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published November 15, 2015, issue of December 11, 2015.

אינעם סאַמע ערשטן בײַשפּיל פֿון ביקור־חולים אין דער תּורה, לייענט מען ווי גאָט באַזוכט אַבֿרהם אָבֿינו נאָך זײַן ברית־מילה. אינטערעסאַנט איז אָבער, אַז עס שטייט בכלל נישט, וואָס גאָט האָט אים דעמאָלט געזאָגט. חווה ראָז, די גרינדערין פֿונעם ביקור־חולים אָפּטייל בײַם „לענאָקס־שפּיטאָל‟ אין מאַנהעטן, האַלט, אַז דער פּשט איז קלאָר: „דער וויכטיקסטער טייל פֿון מבֿקר־חולה זײַן איז בלויז דאָס אַרײַנגיין אינעם פּאַציענטס צימער.‟

פֿרוי ראָז איז געווען איינע פֿון אַ ריי רעדנער און וואַרשטאַט־פֿירער, בעת אַן אינטערעסאַנטער קאָנפֿערענץ וועגן דעם געוואַלדיקן כּוח פֿון ביקור־חולים, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, אינעם ניו־יאָרקער ביוראָ פֿון דער „ייִדישער פֿעדעראַציע‟. די אונטערנעמונג, וואָס קומט פֿאָר יעדעס יאָר זינט 1987, האָט דאָס מאָל צוגעצויגן בערך 165 ייִדן, ס׳רובֿ פֿון זיי — פֿרויען, פֿון מער ווי 30 שילן אין דער ניו־יאָרקער געגנט.

אַנטקעגן דעם סטערעאָטיפּ, אַז בלויז די אָרטאָדאָקסישע ייִדן פֿירן דורך די מיצווה פֿון ביקור־חולים, איז דער עולם אויף דער קאָנפֿערענץ באַשטאַנען פֿון כּלערליי סאָרטן ייִדן. „איין זאַך, וואָס פֿרייט אונדז זייער, איז וואָס די יערלעכע געשעעניש ציט צו ייִדן פֿון פֿאַרשידענע דענאָמינאַציעס,‟ האָט באַמערקט יונתן כּץ, דער דירעקטאָר פֿון באַדינונגען פֿאַר דער ייִדישער קהילה, בײַם Jewish Board of Health and Human Services, און אַן אָרגאַניזירער פֿון דער קאָנפֿערענץ.

דער Jewish Board איז טאַקע געווען איינער פֿון די שטיצער פֿון דער אונטערנעמונג, בשותּפֿות מיט Calvary Hospital — אַ שפּיטאָל, וואָס פּאַסט אויף אויף מענטשן אין דער לעטער סטאַדיע פֿון אַ טייטלעכער קראַנקייט.

ס׳רובֿ פֿונעם עולם זונטיק איז באַשטאַנען פֿון וואָלונטירן, וואָס באַטייליקן זיך אין אַ פֿאָרמעלער ביקור־חולים־פּראָגראַם פֿון זייער שיל. יעדע וואָך באַקומען די וואָלונטירן אַ רשימה נעמען און טעלעפֿאָנען פֿון קראַנקע מיטגלידער פֿון דער קהילה, וועמען זיי באַזוכן אין שפּיטאָל, רעהאַביליטיר־צענטער אָדער אין זייערע היימען.

במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר האָט דער מינהג פֿון ביקור־חולים זיך אַ סך געביטן, האָט כּץ דערקלערט. „צוליב די גרויסע אויפֿטוען אין דער מעדיצין, זענען געוויסע ראַקן, למשל, מער נישט אַזוי געפֿערלעך ווי אַ מאָל. די פּאַציענטן לעבן הײַנט לענגער, און אָפֿט מאָל — פֿירן זיי אַ גאַנץ פּראָדוקטיוו לעבן. דערפֿאַר טרעפֿן זיך די וואָלונטירן מיטן זעלבן מענטשן חדשים, אָדער אַפֿילו יאָרן לאַנג, ווײַל עס ווערט צווישן זיי אָנגעקניפּט אַן אמתע באַציִונג.‟

אַ צווייטע ענדערונג בײַם ביקור־חולים איז אַ רעזולטאַט פֿון דער הײַנטיקער אַוואַנסירטער דיגיטאַלישער מעדיאַ. „הײַנט, אַנשטאָט זיך צו טרעפֿן יעדעס מאָל פּנים־אל־פּנים, קען מען מבֿקר־חולה זײַן דעם קראַנקן דורך ׳סקײַפּ׳ אָדער ׳פֿייסטײַם׳,‟ האָט כּץ באַמערקט.

ד״ר נאָרמאַן בלומענטאַל, איינער פֿון די הויפּט־רעדנער אויף דער קאָנפֿערענץ, האָט מיט סענסיטיווקייט געגעבן דעם עולם אַ בליק אין דער נשמה פֿונעם פּאַציענט. „מע דאַרף אין זינען האָבן, אַז דער פּאַציענט געפֿינט זיך פּלוצלינג אין אַ מצבֿ, וווּ ער איז זייער פּאַסיוו און אָפּגעריסן פֿון דער וועלט, ווײַל אין שפּיטאָל קען מען אַפֿילו נישט דערקענען, צי ס׳איז טאָג, צי נאַכט,‟ האָט ער געזאָגט. „דאָס פֿאַרלירן דעם קאָנטראָל איבער דעם אַרום איז ספּעציעל שווער פֿאַר יענע, וועלכע זענען בטבֿע אַקטיווע, דרייסטע מענטשן, ווי, למשל, דירעקטאָרן פֿון אַ געשעפֿט אָדער שול־פּרינציפּאַלן. מײַן ראָלע איז צו העלפֿן זיי זיך בעסער אָריענטירן, און זיי צוריקגעבן אַ געפֿיל פֿון קאָנטראָל. איך ברענג זיי, למשל, נײַעס פֿון דער וועלט, אָדער וועגן זייער קהילה, אַפֿילו אויב די ידיעות זענען סתּם קלייניקייטן — פּשוט כּדי זיי זאָלן ווײַטער זיך פֿילן ווי אַ טייל פֿונעם ציבור.‟ אַ מאָל לאָזט ער איבער אַ טאָוול מיט דער פּרשה פֿון דער וואָך און אַ חנעוודיקע אילוסטראַציע.

ד״ר בלומענטאַל און פֿרוי ראָז האָבן ביידע אַ סך גערעדט וועגן די שוועריקייטן פֿונעם פּאַציענטס נישט האָבן קיין שליטה איבער זײַן מצבֿ. „שטעלט זיך פֿאָר: ער האָט בכלל נישט קיין פּריוואַטקייט; ער מוז טראָגן אַ שפּיטאָל־העמד אָדער פּיזשאַמע; מענטשן גייען אַרײַן און אַרויס פֿון צימער טאָג און נאַכט; ער מוז טיילן אַ צימער מיט אַ פֿרעמדן, מוז טאָלערירן יענעמס טעלעוויזיע־פּראָגראַמען און זײַנע טומלדיקע באַזוכער, און צו דעם אַלעם — פֿילט ער זיך פֿיזיש שלעכט…

„דערפֿאַר, ווען מיר קומען דעם פּאַציענט מבֿקר־חולה זײַן, קאָנען מיר דינען ממש ווי אַ קעגנמיטל צו אָט דעם דוחק פֿון קאָנטראָל,‟ האָט פֿרוי ראָז געזאָגט, און דערקלערט ווי אַזוי זי פּרוּווט העלפֿן דעם פּאַציענט.

„ערשטנס, קלאַפּ איך אין דער טיר, אַפֿילו אויב זי איז שוין אָפֿן. איך זאָג דעם פּאַציענט: ׳איך בין חווה ראָז און איך באַזוך ייִדישע פּאַציענטן אין שפּיטאָל׳.

„דערנאָך פֿרעג איך אים, אויב דאָס איז אַ גוטע צײַט אים צו באַזוכן, כּדי צו געבן אים אַ געלעגנהייט צו זאָגן ניין, ווײַל קיינער אַנדערש אין שפּיטאָל גיט זיי נישט אַזאַ מעגלעכקייט. פֿאַרקערט — אַ גאַנצן טאָג באַפֿעלט מען: ׳קום, ס׳איז צײַט צו נעמען בלוט׳ אָדער ׳ס׳איז צײַט פֿאַר אַ רענטגען׳. ווען מיר פֿרעגן אים, צי ער וויל, אַז מיר זאָלן בלײַבן, איז עס אָפֿט דאָס ערשטע מאָל אין שפּיטאָל, וואָס מע לאָזט אים אַליין עפּעס באַשליסן. געוויינטלעך, איז דער פּאַציענט טאַקע איבערראַשט פֿון דער פֿראַגע און ענטפֿערט: ׳יאָ, אַוודאי׳.‟

חווה ראָז, גרינדערין פֿונעם ביקור־חולים אָפּטייל אינעם „לענאַקס־שפּיטאָל‟, מאַנהעטן, גיט איבער פּראַקטישע עצות, ווי אַזוי צו באַזוכן די קראַנקע
Rukhl Schaechter
חווה ראָז, גרינדערין פֿונעם ביקור־חולים אָפּטייל אינעם „לענאַקס־שפּיטאָל‟, מאַנהעטן, גיט איבער פּראַקטישע עצות, ווי אַזוי צו באַזוכן די קראַנקע

אין יענע פֿאַלן, ווען דער פּאַציענט האָט אַ טייטלעכע קראַנקייט, שפּילט דער מבֿקר־חולה אַ ספּעציעל וויכטיקע ראָלע, האָט ד״ר בלומענטאַל דערקלערט דעם עולם וואָלונטירן: „אָפֿט מאָל זענט איר דער איינציקער, פֿאַר וועמען דער פּאַציענט קען זיך אויסגיסן דאָס האַרץ, ווײַל ער וויל נישט איבערשרעקן זײַנע נאָענטע קרובֿים און פֿרײַנד. אַ מאָל וועט דער חולה אײַך זאָגן, אַז ער האָט מורא פֿאַרן טויט, אָבער ווען איר פֿרעגט אים פּינקטלעך וואָס שרעקט אים, וועט ער כּמעט שטענדיק זאָגן: ׳כ׳זאָרג זיך, ווי מײַן משפּחה וועט זיך אַן עצה געבן אָן מיר׳. פֿרומע ייִדן זאָרגן זיך, אַז זייערע קינדער וועלן אפֿשר פֿאַרלירן זייער אמונה. איר דאַרפֿט נישט גיבן דעם פּאציענט קיין ענטפֿערס; לאָזט אים פּשוט רעדן וועגן דעם, און געוויינטלעך, איז דאָס בײַ אים די גרעסטע טרייסט.

„ווען דער פּאַציענט רעדט אַזוי אינטים מיטן מבֿקר־חולה, קאָן עס אַרויסרופֿן קינאה און פֿאַראיבל בײַ זײַנע קרובֿים, ווײַל זיי ווייסן, אַז דער קראַנקער זאָגט אײַך מער וויפֿל ער זאָגט זיי,‟ האָט בלועמנטאַל באַטאָנט. „דאָס איז ספּעציעל אמת אין יענע פֿאַלן, ווען דער פּאַציענט האָט שוין אָנגעהויבן אונטערבאַוווּסטזיניק ׳צוריקציִען׳ זײַן ליבשאַפֿט צו דער משפּחה — נישט ווײַל ער האָט זיי נישט ליב, נאָר פֿאַרקערט — ווײַל ער ווייסט, אַז ער גייט שטאַרבן און וויל זיי גרינגער מאַכן דאָס ׳געזעגענען זיך׳.‟

די עקספּערטן האָבן אויך איבערגעגעבן אַ צאָל עצות וועגן דעם וואָס מע זאָל בפֿירוש נישט טאָן בײַם מבֿקר־חולה זײַן. ערשטנס, זאָל מען אויסמײַדן די פֿראַגע: „ווי פֿילט איר זיך?‟, ווען ס׳איז פֿאַרשטענדלעך, אַז דער פּאַציענט פֿילט זיך נישט גוט. צווייטנס, זאָל מען קיין מאָל נישט זאָגן: „איך ווייס, ווי איר פֿילט זיך‟, אַפֿילו אויב איר האָט אַ מאָל געליטן פֿון אַן ענלעכער קראַנקייט, ווײַל די איבערלעבונג פֿון יעדן פּאַציענט איז אַן אַנדערע.

ואַחרון אַחרון חבֿיב, האָבן די רעדנער זיך געוואָנדן צו די וואָלונטירן אַליין. „איר טוט זייער אַ וויכטיקע אַרבעט, אָבער געדענקט אויך נישט צו טאָן צו פֿיל,‟ האָט דערקלערט ליסאַ סאָץ, אַ סאָציאַלע אַרבעטערין בײַ „דורות‟, אַ סאָציאַלע דינסט־אָרגאַניזאַציע פֿאַר עלטערע ייִדן. „אַ מאָל זאָגט אַ וואָלונטיר דעם קראַנקן, אַז ער וועט קומען אויף אַ האַלבער שעה און בלײַבט מער ווי אַ שעה, אָדער אַפֿילו צוויי שעה. דערנאָך, ווען ער קומט צוריק אַ וואָך שפּעטער, בלײַבט ער נאָר אויף אַ האַלבער שעה, און דער פּאַציענט הייבט אָן טראַכטן: ׳וואָס האָב איך געטאָן, אַז ער איז דאָס מאָל געבליבן אויף אַזאַ קורצער צײַט?׳‟

די רעדעס און וואַרשטאַטן האָבן אַרויסגערופֿן אַ סך שאלות און קאָמענטאַרן בײַ די וואָלונטירן, וואָס אַ סך פֿון זיי האָבן שוין אָנגעזאַמלט גענוג דערפֿאַרונג אַליין אַרויסצוזאָגן אַ מיינונג אָדער אײַנפֿאַל. איינער האָט, למשל, באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון הומאָר בײַם באַזוכן די קראַנקע; אַ צווייטער האָט באַמערקט, אַז מע דאַרף געדענקען צו באַגריסן דעם פּאַציענטס מיטוווינער, אַפֿילו אויב יענער איז נישט קיין ייִד; און אַ דריטער האָט געפֿרעגט וווּ קען מען געפֿינען וועלטסווערטלעך אויף ייִדיש אין שײַכות מיט קראַנקייט און געזונט, ווײַל אַ סך פֿון די עלטערע פּאַציענטן דערפֿרייען זיך, ווען זיי הערן אַ ייִדיש וואָרט.

די לעבעדיקע שמועסן, וואָס זענען אַרויסגעקומען פֿון די סעסיעס איז אַ באַווײַז, אַז די קאָנפֿערענצן שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע בײַ די וואָס באַזוכן די קראַנקע — נישט בלויז צוליב די עצות פֿון די לעקטאָרן, אָבער אויך, ווײַל עס דינט ווי אַ פֿאָרום, וווּ די וואָלטירן קענען מאַכן נײַע קאָנטאַקטן, און טיילן מיט אַנדערע די פֿריידן און די פֿרוסטרירונגען פֿון זייער אַרבעט.