די בלוטפֿאַרגיסונג אין פּאַריז

Carnage in Paris

אין פּאַריז האָט מען געהאַלטן אַ מינוט פֿון שטילשווײַגן לזכר די קרבנות פֿונעם טעראָר־אַטאַק
Getty Images
אין פּאַריז האָט מען געהאַלטן אַ מינוט פֿון שטילשווײַגן לזכר די קרבנות פֿונעם טעראָר־אַטאַק

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published November 17, 2015, issue of December 11, 2015.

בײַ דער צײַט, ווען די דאָזיקע שורות וועט מען איבערגיסן אין אַ זײַטל פֿון „פֿאָרווערטס‟, וועלן זיך אויסקלאָרן נײַע פּרטים מכּוח די טראַגישע געשעענישן אין פּאַריז. אין דעם זין וועלן מיר, אַ פּנים, הערן מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דער גרופּע מערדער, וועלכע האָבן — ווי מענטשן־ענלעכע זאָמביס אין עפּעס אַ שוידער־אָנטרײַבנדיקן פֿילם — אָפּגעטאָן דאָס וואָס זיי האָבן אָפּגעטאָן, און וואָס אויף זייער שקאַלע פֿון „גוט און שלעכט‟ ווערט עס פֿאַררעכנט ווי אַ געוואַלדיקע העלדישקייט; אָבער אויף אונדזער שקאַלע מיינט עס באַרבאַרישקייט פֿון דעם ערגסטן מין.

אין דעם טאַקע גייט דורך די גרענעץ צווישן „זיי‟ און „אונדז‟. די דאָזיקע גרענעץ צעטיילט צוויי לחלוטין פֿאַרשיידענע, אומצונויפֿפּאָרלעכע וועלטן, וועלכע וואָלטן געדאַרפֿט בלײַבן אָפּגעזונדערט איינע פֿון דער אַנדערער. אָבער די גלאָבאַליזאַציע האָט זיי צונויפֿגעפֿירט — סײַ ווירטועל, דער עיקר, דורך אינטערנעץ, סײַ פֿיזיש, דער עיקר, דורך מיגראַציע פֿון מיליאָנען מענטשן פֿון „זייער‟ וועלט צו „אונדז‟. די גרויסע צרה איז, אַז אַ טייל פֿון די מיגראַנטן ווילן זיך ניט באַפֿרידיקן מיטן אָפּהיטן זייער אייגנאַרטיקייט, וואָס די מערבֿדיקע וועלט איז שוין צוגעוווינט צו טאָלערירן. זיי ווילן רויִנירן „אונדזער‟ וועלט.

די רייד גייט ניט, פֿאַרשטייט זיך, וועגן דעם, אַז יעדער מוסולמענישער מיגראַנט איז אַ גרייטער צי פּאָטענציעלער טעראָריסט. אַוודאי, ניט. אָבער די ראַדיקאַלן צווישן זיי האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַזאַ אימאַזש און פֿאַרשפּרייטן אים אין ברייטע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג. דערמיט סמען אָפּ די ראַדיקאַלן די באַציִונגען צווישן די אַלט־געזעסענע און די נײַ־געקומענע מוסולמענער. קיין קעגנגיפֿט פֿאַר אָט דעם סם (אַ חוץ פּוסטער, „פּאָליטיש קאָרעקטער‟ פּלאַפּלערײַ) האָט מען דערווײַל ניט געפֿונען.

מע זוכט איצט אַ שולדיקן. איז עס טאַקע אַ פּועל־יוצא פֿון דער נאַריש דורכגעפֿירטער אינוואַזיע אין איראַק? ס׳איז קלאָר — און ס׳איז געווען קלאָר — אַז מע טאָר זיך ניט טרייסטן מיטן חלום וועגן דעמאָקראַטיע ווי אַ סגולה פֿון אַלע צרות. ס׳איז נאַיִוו צו האָפֿן, אַז בײַ „זיי‟ קען פּלוצעם אײַנגעפֿירט ווערן עפּעס אַ דעמאָקראַטישע סיסטעם, וועלכע וועט „זיי‟ ברענגען אין „אונדזער‟ וועלט; בפֿרט נאָך, אַז די רייד גייט וועגן די לענדער, וואָס מע האָט געהאַט על־רגל־אַחת צונויפֿגעשטוקעוועט פֿון פֿעלקער און שבֿטים, וועלכע האָבן זיך נאָך ניט אָפּגערעכנט צווישן זיך פֿאַר די אַלטע אומפּשרהדיקע און בלוטיקע חשבונות.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.