אַלע וועגן פֿירן קײן ברוקלין

All Roads Lead to Brooklyn

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published November 17, 2015, issue of December 11, 2015.

דער זשאַנער פֿונעם גראַפֿישן ראָמאַן האָט אַ געװיסע פֿאָרגעשיכטע אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אין די ערשטע פּאָר צענדליק יאָר פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, בעת דער בלי־תּקופֿה פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם, האָבן די ייִדישע מחברים און קינסטלער בשותּפֿות אַרױסגעגעבן אילוסטרירטע ביכער און צײַטשריפֿטן. די צענטערס פֿון דער נײַער קונסט זײַנען געװען אין קיִעװ און ניו־יאָרק, און צװישן די שעפֿער זײַנען געװען אַזעלכע באַרימטע קינסטלער װי מאַרק שאַגאַל, אליעזר ליסיצקי, מאַקס װעבער, זוני מאַוד, אבֿרהם װאַקלאָװיץ. אײניקע פֿון זײ האָּבן בײַגעטראָגן סײַ מיט זײערע בילדער, סײַ מיט זײערע ליטעראַרישע װערק, אָבער לרובֿ האָבן די קינסטלער און די ליטעראַטן געאַרבעט יעדער אין זײַן בראַנזשע.

װי עס קומט אָפֿטמאָל פֿאָר אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, ווייסן די קומעדיקע דורות זייער ווייניק פֿון דעם, װאָס עס האָבן אױפֿגעטאָן זײערע פֿאָרגײער, און בפֿרט אין דער אימיגראַנטישער קולטור־געשיכטע. יעדער נײַער דור אימיגראַנטן „אַנטדעקט‟ פֿון דאָס נײַ די קינסטלערישע מיטלען פֿאַר באַהאַנדלען זײער דערפֿאַרונג, ניט װיסנדיק, אַז זײערע פֿאָרגײער האָבן געהאַט ענלעכע פּראָבלעמען.

אַניאַ אוליניטשעס צװײט בוך איז אַןּ אויסנאַם פֿונעם דאָזיקן כּלל. איר גראַפֿישער ראָמאַן „לענאַ פֿינקלס כּישוף־פֿאַס‟ איז מודיע זײַן ליטעראַרישן ייִחוס שױן אינעם טיטל, װאָס קומט אַרויס פֿון בערנאַרד מאַלאַמודס מעשׂה װעגן אַ ישיבֿה-בחור מיטן נאָמען לעאָ פֿינקל. לױט זײַן טבֿע איז לעאָ אַ שעמעװדיקער קלױזניק, אָבער ער דאַרף האָבן חתונה, כּדי צו קריגן אַ גוטע רבנישע שטעלע. אין די אַלטע צײַטן פֿלעגט מען זיך אין אַזעלכע פֿאַלן װענדן צו אַ שדכן, אָבער איצט פֿאַרמאָגט מען אױף דעם די אינטערנעץ. האַלט זי, אַז כּדי צו װערן אַן עכטע אַמעריקאַנערין, מוז זי פֿירן ליבעס מיט אַמעריקאַנער מענער, און װאָס מער, אַלץ בעסער. אױף אַזאַ אופֿן װעט זי גובֿר זײַן אירע אימיגראַנטישע קאָמפּלעקסן, װאָס ברענגען זי אַרײַן אין דעפּרעסיע.

אָבער אַן אמתע ליבע טרעפֿט זי ניט דורך באַקאַנטשאַפֿט־זײַטלעך אױף דער אינטערנעץ, נאָר טאַקע צופֿעליק אינעם אויטאָבוס. זי װערט צוגעצױגן צו דעם שכן צוליב דעם בוך, װאָס ער לײענט. דאָס איז דװקא מאַלאַמודס באַנד מיט געשיכטעס (כאָטש חלום זעט זי לכתּחילה פֿיליפּ ראָט). בײדע מעשׂיות, אוליניטשעס און מאַלאַמודס, האָבן אַ סוף, װאָס עפֿנט אױף אַ „כּישוף־פֿאַס‟ מיט גאָר פֿאַרשידענע מעגלעכע טײַטשן. אָבער דאָס דאַרף מען לאָזן יעדן לײענער צו מישפּטן פֿאַר זיך אַלײן.

דער גראַפֿישער ראָמאַן האָט זײַנע אײגענע זשאַנער־כּללים, און אין דעם זין איז אוליניטשעס בוך אַ מײַסטערװערק. זי באַהערשט בשלימות צװײ מינים קונסט, דעם ליטעראַרישן און דעם בילדערישן. דאָס דאָזיקע טאָפּלטע בקיאות דערמעגלעכט איר צו שאַפֿן אַ פֿילשטימיקע מעשׂה, װוּ װערטער װערן צונױפֿגעשמאָלצן מיט בילדער. דער העלדינס געשיכטע טראָגט געװיסע שטריכן פֿון דער מחברינס אײגענער ביאָגראַפֿיע, הגם עס איז ניט קלאָר, װי װײַט אױטאָביאָגראַפֿיש זײַנען די גראַפֿישע שילדערונגען פֿון אירע פֿלירטן. ניט אין דעם גײט עס.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.