ראַדיקאַלע אויסשטעלונגען אינעם ייִדישן מוזיי

Radical Art at New York Jewish Museum


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 17, 2015, issue of December 11, 2015.

אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן מוזיי קומען איצט פֿאָר צוויי קינסטלערישע אויסשטעלונגען, געווידמעט אינגאַנצן אַנדערע טעמעס. ביידע זענען אָבער פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער אַוואַנגאַרד־קונסט. אויף דער אויסשטעלונג „אומאָרטאָדאָקסיש‟ קאָנען די באַזוכער פֿונעם מוזיי זיך באַקענען מיט איבער 200 ווערק פֿון בערך 50 מאָלער און סקולפּטאָרן, וואָס שילדערן פֿאַרשיידענע „אָרטאָדאָקסישע‟ ענינים אויף אַן אומגעוויינטלעכן אופֿן, אָנרירנדיק אַזעלכע טעמעס, ווי סאָציאַלע און פּאָליטישע ווערטן, רעליגיע און הומאַניזם; אָדער די פֿאַרבינדונג צווישן די אייביקע טראַדיציעס און דעם שעפֿערישן פּראָצעס. הגם די אָרגאַניזאַטאָרן האָב געהאַט אין זינען די ייִדישע פֿרומע טראַדיציע, באַטראַכטן זיי אַ מער אַלגעמיינע פֿראַגע: ווי אַזוי די אַוואַנגאַרדישע קאָנצעפּציעס זענען משפּיע אויף די כּלומרשט פֿאַרגליווערטע „אָרטאָדאָקסישע‟ סיסטעמען פֿון ריטואַלן און סימבאָלן?

די אויסשטעלונג האָט זיך אָנגעהויבן דעם 6טן נאָוועמבער און וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 27סטן מאַרץ. דעם 8טן נאָוועמבער האָט האַנס אולריך אָבריסט, אַ באַקאַנטער קונסט־קוראַטאָר און קריטיקער, דערציילט וועגן דעם ראַדיקאַלן כאַראַקטער פֿון דער אויסשטעלונג. זײַן לעקציע און שמועס מיט דזשענס האָפֿמאַן, דער וויצע־דירעקטאָר פֿונעם מוזיי, איז בנימצא אויפֿן „יוטוב‟.

גאָר אַן אַנדער אויסשטעלונג אינעם זעלבן מוזיי, וועלכע האָט זיך געעפֿנט דעם 25סטן סעפּטעמבער און וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 7טן פֿעברואַר, איז געווידמעט די אַלטע סאָוועטישע שוואַרץ־ווײַסע פֿילמען און קינסטלערישע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די 1930ער יאָרן, מיטן אַקצענט אויף די ייִדישע רעזשיסאָרן, וועלכע האָבן אַנטוויקלט אַ גאַנצע ריי אוניקאַלע סטילן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, שטרעבנדיק איבערצוגעבן די קאָמוניסטישע סאָציאַל־פּאָליטישע אידעען דורך פֿאַרשיידענע קונסט־סימבאָלן. די באַזוכער קאָנען זען די אַלטע פֿילמען, אַרײַנגערעכנט סערגיי אײַזענשטיינס קלאַסישן „פּאַנצער־שיף פּאָטיאָמקין‟, די חידושדיקע ווערק פֿונעם פֿאָטאָגראַף אליעזר (על) ליסיצקי, אַפֿישן, פּלאַקאַטן און אַנדערע אינטערעסאַנטע עקספּאָנאַטן פֿון דער פֿריִיִקער סאָוועטישער תּקופֿה.

אַזעלכע חידושדיקע סאָוועטישע פֿאָטאָגראַפֿן, ווי אַרקאַדי שײַכעט און מאַקס פּענסאָן, האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף דער וועלט־טראַדיציע פֿון פֿאָטאָ־זשורנאַליסטיק און קינסטלערישער פֿאָטאָגראַפֿיע. זייערע עקספּערימענטאַלע ווערק שטודירט מען נאָך אַלץ אַרום דער וועלט ווי קלאַסישע מוסטערס פֿון פֿאָטאָ־קונסט.

אויף זייער שטייגער האָבן די אַמאָליקע קאָמוניסטישע קינסטלער אויך געשאַפֿן אַן „אומאָרטאָדאָקסישע‟ ראַדיקאַלע קונסט־טראַדיציע, פֿאַרוואַנדלענדיק פֿאַרשיידענע סימבאָלן אין מיטלען פֿון פּאָליטישער אַגיטאַציע. וולאַדימיר לענין אַליין האָט באַטאָנט, אַז קינעמאַטאָגראַף איז דער וויכטיקסטער מין קונסט, ווײַל דורך די קינאָ־אימאַזשן קאָן מען צומאָל פֿאַרשפּרייטן די אידעען בעסער, ווי מיטן געווער. דער דאָזיקער לאָזונג בלײַבט נאָך אַלץ גאַנץ אַקטועל.

הגם אויף די עקראַנען פֿון דער מערבֿדיקער טעלעוויזיע פֿאַרשפּרייט מען הײַנט גאָר אַנדערע אידעאָלאָגיעס, בלײַבן די קינאָ־סצענעס אַ מעכטיקער פּראָפּאַגאַנדע־מיטל. אַזוי צי אַזוי, ווײַזן ביידע אויסשטעלונגען, אַז די ראַדיקאַלע „אומאָרטאָדאָקסישע‟ קונסט־זשאַנערס זענען מסוגל צו שטעלן אויף אַ וויזועלן אופֿן פֿונדאַמענטאַלע פֿראַגעס וועגן דער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.