נײַעס פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published November 17, 2015, issue of December 11, 2015.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

די קאָנפֿערענץ וועגן ייִדישיזם

אין וואַרשע איז פֿאָרגעקומען פֿון דעם 15טן ביזן 18טן נאָוועמבער אַ ייִדיש-קאָנפֿערענץ וועגן דעם ענין ייִדישיזם. ווי געוויינטלעך אויף אַזעלכע קאָנפֿערענצן, רעדן אַ סך פּראָפֿעסאָרן וועגן ייִדיש, אָבער צום ייִדיש רעדן קומט עס נישט. צוויי רעדנערס האָבן דווקא יאָ גערעדט זייער אַ שיינעם ייִדיש, ביידע מיטאַרבעטער פֿון אונדזער „פֿאָרווערטס‟ — לייזער בורקאָ און איציק גאָטעסמאַן.

בורקאָ האָט גערעדט מיט שׂכל, חן און אימפּעט וועגן מאַקס ווײַנרײַך און זײַן ייִדישיסטישער פֿילאָסאָפֿיע. ווײַנרײַך, האָט בורקאָ דערקלערט, האָט געהאַלטן, אַז ייִדיש האָט געשפּילט אַ געוואַלדיקע ראָלע אין דער אַשכּנזישער קולטור — צו ערשט, אין דײַטשלאַנד בײַם טײַך רײַן, נאָך דעם — אין פּוילן בײַם טײַך ווײַסל, און געהאָפֿט האָט ער, אַז ייִדיש וועט שפּילן אַן ענלעכע ראָלע אין אַמעריקע, בײַם טײַך האַדסאָן. די דאָזיקע האָפֿענונג איז, צום באַדויערן, נישט מקוים געוואָרן. פּוילן, לאָמיר דערמאָנען, האָט געהאַט דרײַ הונדערט ייִדישע צײַטונגען און צענדליקער ייִדישע טעאַטערס. די וואָס רעדן יאָ ייִדיש אין אַמעריקע, זענען דאָס רובֿ חסידים, וואָס זענען ווײַט פֿון ייִדישיזם.

איציק גאָטעסמאַן האָט אָבער געגעבן אַ טשיקאַוון בײַשפּיל פֿון אַ פֿרומען ייִדישיסט. געהייסן האָט ער יהודה עלזעט. עלזעט האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך מיטן טיטל „דער וווּנדער־אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟. עלזעט האָט געהאַלטן, אַז די נשמה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק קען מען געפֿינען אין די ייִדישע אידיאָמען און ווערטלעך. ער האָט זיי טאַקע געזאַמלט סײַ בײַ לעבעדיקע מענטשן, סײַ בײַ די גרויסע שרײַבער, ווי פּרץ, מענדעלע מוכר־ספֿרים און שלום־עליכם.

ווי איר זעט, איז פּוילן געוואָרן אַ חשובֿער צענטער פֿון ייִדישע לימודים. פֿאַרשטייט זיך, אַז אָן דער מי פֿון עטלעכע יחידים וואָלט די דאָזיקע קאָנפֿערענץ נישט פֿאַרווירקלעכט געוואָרן. אַ ספּעציעלער דאַנק קומט קאַראָלינאַ שימאַניאַק פֿונעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט און נאַטאַליאַ קריניצקאַ פֿונעם פּאַריזער מעדעם ייִדיש־צענטער. די פּוילישע מלוכה האָט געשטיצט פֿינאַנציעל די דאָזיקע טשיקאַווע אונטערנעמונג.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.