דער וועק־זייגער קלינגט שוין פֿון לאַנג

The Alarm's Been Ringing For Quite a While

די פֿראַנצויזישע סאָלדאַטן שטייען אויף דער וואַך אין אַן אונטערבאַן־סטאַנציע, פּאַריז
Getty Images
די פֿראַנצויזישע סאָלדאַטן שטייען אויף דער וואַך אין אַן אונטערבאַן־סטאַנציע, פּאַריז

פֿון עמיל קאַלין

Published November 18, 2015, issue of December 11, 2015.

די שוידערלעכע נײַעס וועגן די אַטענטאַטן אין פּאַריז האָבן ווידער קלאָר געשטעלט, אויף וועלכע מעשׂים איז גרייט דער איסלאַמישער טעראָר, און וואָס פֿאַר אַ צוקונפֿט זאָגט ער צו פֿאַר אייראָפּע.

די אַטענטאַטן זענען טאַקע געווען גרויזאַמע, נאָר עס איז שווער צו זאָגן, אַז זיי זענען אומגעריכט. דער וועק-זייגער קלינגט שוין כּמעט אַ יאָר צײַט, זינט די „אויטאָ־אַקצידענטן‟ דעם לעצטן ניטל. דעמאָלט זענען די שאָפֿערן, וואָס האָבן אַרײַנגעקראַכט זייערע אויטאָס אין אַן עולם פֿון אומשולדיקע מענטשן, פֿאָרגעשטעלט געוואָרן ווי „משוגעים‟, נישט טעראָריסטן, חס-ושלום, שוין אָפּגערעדט פֿון איסלאַמיסטן. הײַנט איז אוממעגלעך צו לייענען אָט די באַריכטן אָן דעם, אַז אַ ביטערער שמייכל זאָל זיך נישט צוטשעפּען צו די ליפּן.

דווקא דאָס יאָר, וואָס האַלט שוין בײַם אויסגיין, איז געווען רײַך מיט אינצידענטן און בפֿירושע וואָרענונגען. עס איז בפֿירוש אַ קשיא, אַז נאָך אַזוי פֿיל פֿאַלן, ווען דער איסלאַמיסטישער טעראָר לויערט איבער פֿראַנקרײַך און בפֿרט איבער פּאַריז, זענען די פֿראַנצויזישע כּוחות ווידער דורכגעפֿאַלן אויף אַזאַ מיאוסן אופֿן. ווי ס׳איז געמאָלט געוואָרן, אַז נאָכן צעפּויקן אין די פֿאַרשיידענע צײַטונגען וועגן די זיכערהייט-באַדראָונגען, איז די „איסלאַמישע מדינה‟ מצליח געווען דורכצופֿירן אַזאַ מעכטיקע כוואַליע פֿון אַטענטאַטן.

עס שײַנט, אַז די אייראָפּעיִשע פֿירערשאַפֿט איז נישט מסוגל צו פֿאַרזיכערן די פּערזענלעכע זיכערהייט פֿון דעם אייראָפּעיִשן בירגער. די מנהיגים באַהאַנדלען די ברענענדיקע ענינים, וואָס צעטרייסלען די „באַרימטע אייראָפּעיִשע סטאַבילקייט‟ מיט הפֿקרות, אומפֿאַראַנטוואָרטלעכקייט, און פֿאַרראַטן די בירגער, וואָס זייערע לעבנס זענען אַצינד אײַנגעשטעלט צוליב דער פֿילהאַפֿטיקער פּאָליטיק.

אייראָפּע, וואָס געוויסע ישׂראלים האָבן זי באַערט מיטן טיטל „די נאָרמאַלע וועלט‟, וווּ „די באָבע איז וויכטיקער ווי אַ טעראָריסט‟, פֿילט זיך שוין ווײַט נישט זיכער.

אין אייראָפּע, זעט אויס, האָבן די זיכערהייט־כּוחות אַ קנאַפּן פֿאַרשטאַנד ווי צו באַקעמפֿן דעם „קאָנווענציאָנאַלן‟ טעראָר. די גרענעצן פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג זענען אָפֿן, דעריבער איז גרינג אַריבערצופֿירן געווער און מענטשן פֿון איין אייראָפּעיִש לאַנד צו אַן אַנדערן. די טעראָריסטן קענען אַריבער פֿון איין „פֿראָנט‟ צום צווייטן אָן פּאַפּירן און אָן אויספֿרעגן. דער שטח איז גרויס און די זיכערהייט־אַגענטורן אין די פֿאַרשיידענע לענדער לערנען זיך ערשט איצט, ווי צו אַרבעטן צוזאַמען קעגן דעם אַלגעמיינעם שׂונא.

צוריק גערעדט, ווייסט קיינער נישט, ווער עס איז, אייגנטלעך, דער שׂונא, און ווי אַ פּועל-יוצא, ווי אַזוי זיך קעגנצושטעלן און קעמפֿן מיט אים. „דער טעראָר‟ איז אַן אופֿן פֿון געוואַלד אויף דער ציווילער באַפֿעלקערונג מיטן ציל צו קריגן פּאָליטישע דיווידענדן. דאָס איז אַ סטראַטעגיע, און אַ סטראַטעגיע קען נישט זײַן קיין שׂונא. וואָס שייך דעם עקסטרעמען איסלאַם, איז ווידער — דאָס איז אַ טעאָלאָגישע לערע, אַ וועלט-אָנשויוּנג און נישט קיין שׂונא.

ביז אַהער פֿלעגן די אייראָפּעיִשע מנהיגים אַנטלויפֿן פֿון דער ביטערער ווירקלעכקייט און זוכן אַ מקום-מיקלט אין אַלערליי פֿאַנטאַזיעס און לייזונגען, וואָס קלינגען שיין און באַקומען זיך לײַכט.

באַלד נאָך די פּאַריזער אַטאַקן האָט דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט, באַוואָפֿן מיט דער „מלחמה־אידעע‟, אָפּגעגעבן דעם באַפֿעל צו באָמבאַרדירן „די איסלאַמישע מדינה‟. ס׳איז דאָך אָבער לעכערלעך; די פֿראַנצויזישע עראָפּלאַנען וועלן דען יאָ האָבן דערפֿאָלג דאָרט, וווּ די אַמעריקאַנער זענען דורכגעפֿאַלן? לאָמיר אַפֿילו דערלאָזן, אַז זיי וועלן צערײַבן די טעריטאָריע פֿון דער „איסלאַמישער מדינה‟ אין אַ פּראָשיק. איז וואָס? ווער וועט זי פֿאַרכאַפּן? נישטאָ דאָך קיין כּוחות אויף דער ערד, וואָס וואָלטן עס געקאָנט טאָן. שיקן אין מיטעלן מיזרח די פֿראַנצויזישע זעלנער? נאָך ערגער — זיי וועלן פֿאַרזינקען אין אַן ענדלאָזער מלחמה מיט די איסלאַמיסטישע מיליטאַנטן אין סיריע, נישט נאָר מיט דער „איסלאַמישער מדינה‟.

איז פֿראַנקרײַך טאַקע גרייט און בכּוח צו באַצאָלן אַ טײַערן פּרײַז אויף ביידע פֿראָנטן: סײַ אין סירישן מידבר, סײַ אויף די פּאַריזער גאַסן? שטיצן דעם מעסיקן איסלאַם? קיינער האָט נישט ליב, אַז מע מישט זיך אַרײַן אין זײַנע ענינים. צי ווייסט מען דען, וואָס עס מיינט „מעסיק‟, און וואָס — „עקסטרעם‟? די אייראָפּעער האָבן שוין סײַ־ווי באַקומען אין ישׂראל אַ שם פֿון צדיקים אין פּעלץ, וואָס האָבן מער ווי אַלץ ליב צו זאָגן יענעם אַ דעה.

דאָס אַרויסהעלפֿן די „מעסיקע‟ וועט נאָר ברענגען שאָדנס די מעסיקע גופֿא. מע וועט זען אין זיי „מוסרים‟, די הינט פֿון די „כּופֿרים‟ — און אַזוי וועלן זיי פֿאַרלירן די לעצטע ברעקלעך השפּעה. פֿאַרבעסערן די עקאָנאָמישע און סאָציאַלע לאַגע פֿון דער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג? עס איז פֿאַרשטענדלעך, אַז די מוסולמענישע „געטאָס‟, פֿול מיט געוואַלד, פֿאַרנאַכלעסיקייט, פֿאַרצווייפֿלונג, און פֿאַרברעכונג, זענען עלול צו ציִען די פֿאַרביטערטע תּושבֿים צו עקסטרעמע מעשׂים; און דאָך, אין בעסטן פֿאַל, וועט מען ערשט זען די רעזולטאַטן פֿון אַזאַ הילף אין צענדליקער יאָר אַרום. די פֿראַגע איז, וואָס טוט מען מיט די הײַנטיקע יונגע-לײַט? און אויב די מדינה, די רעגירונג אָדער די געזעלשאַפֿט איז מסוגל אָדער מוז זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן וווילשטאַנד פֿון יעדן איינעם, וואָס זשע איז דעמאָלט דאָס אַחריות פֿונעם יחיד פֿאַר זײַן מצבֿ?

די אייראָפּעיִשע בירגער, סײַ די וואָס זענען געפֿאַלן קרבנות פֿון די טעראָריסטישע קוילן, סײַ די וואָס האָבן זיי דערווײַל אויסגעמיטן, זענען קרבנות פֿון זייערע מנהיגים, וועלכע ווילן נישט זען זייערע גורלדיקע פֿעלערן.