שבת אויף ייִדיש — מיט ד״ר ברוכה קאַפּלאַן

Shabbes in Yiddish With Dr. Brukhe Caplan


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 18, 2015, issue of December 11, 2015.

דעם קומעדיקן סוף־וואָך וועט „ייִדיש־פֿאַרם‟ אָנפֿירן מיט אַ פּראָגראַם פֿאַר מענטשן, וואָס ווילן פּראַקטיצירן זייער שפּראַך־פֿעיִקייט, און דערבײַ געניסן פֿון דער רויִקער לאַנדשאַפֿט אין גושן, ניו־יאָרק. מענטשן פֿון אַלע עלטערס קענען זיך באַטייליקן.

ד״ר ברוכה קאַפּלאַן, וואָס לערנט ייִדיש אין „דזשאָנס האָפּקינס אוניווערסיטעט‟ אין באָלטימאָר, מערילאַנד, וועט אָנפֿירן מיט עטלעכע קלאַסן, און עס וועלן אויך פֿאָרקומען סעסיעס פֿון ייִדיש געזאַנג, דיסקוסיעס און שפּאַצירן איבער דער פֿאַרם.

די פּראָגראַם איז איינע פֿון אַ סעריע סוף־וואָכן, וואָס „ייִדיש־פֿאַרם‟ פֿירט דורך איבערן ווינטער. אַ טייל פֿאַר זיי זענען פֿאַר אָנהייבער, און אַנדערע — ווי דער דאָזיקער סוף־וואָך — זענען פֿאַר מענטשן, וואָס קענען שוין רעדן ייִדיש.

געוויסע פּראָגראַמען האָבן אַ בפֿירושן אינהאַלט. דעם 18—19טן דעצעמבער, למשל, וועט מען אָפּהאַלטן אַ שבת פֿאַר געוועזענע סטודענטן אויף „ייִדיש־פֿאַרם‟, לכּבֿוד דער סדרה פֿון יענעם שבת, „ויגש‟, ווען יוסף הצדיקס ברידער באַזעצן זיך אינעם לאַנד גושן — אַ מאָמענט, וואָס האָט, אַוודאי, אַ ספּעציעלן באַטײַט פֿאַר „ייִדיש־פֿאַרם‟.

דאָנערשטיק און פֿרײַטיק, דעם 24—25סטן דעצעמבער — ניטל — וואָס איז בײַ ייִדן תּמיד געווען אַ צײַט צו בלײַבן אין דער היים און שפּילן שאַך און קאָרטן, וועט מען אויף דער ייִדיש־פֿאַרם אָנפֿירן מיט אַ שאַך־טורנאַמענט, און דערנאָך פֿאַרברענגען שבת אין איינעם.

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דער פּראָגראַם מיט ד״ר קאַפּלאַן, קוועטשט דאָ:

https://www.yiddishfarm.org/programs.html#Shakos%20with%20Dr.%20Brukhe%20Caplan



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.