ייִדישע און אַראַבישע געבורט־ציפֿערן אין ישׂראל כּמעט גלײַך

Jewish, Arab Birthrates in Israel About Even

Getty Images

פֿון ייִט״אַ

Published November 20, 2015, issue of December 11, 2015.

ירושלים. — די צאָל קינדער, וואָס ווערן געבוירן בײַ ייִדישע און אַראַבישע פֿרויען אין ישׂראל, איז הײַנט כּמעט גלײַך, האָט דער ישׂראלדיקער „צענטראַלער סטאַטיסטיק־ביוראָ‟ איבערגעגעבן דינסטיק, לכּבֿוד דעם אַלוועלטלעכן קינדער־טאָג, וואָס ווערט געפֿײַערט די וואָך.

בײַם סוף פֿונעם יאָר 2014 איז די געבורטיקייט בײַ די ייִדישע פֿרויען אין ישׂראל געווען 3.11 קינדער, און בײַ די אַראַבישע אין ישׂראל — 3.17 קינדער. דאָס איז אַ ווײַטער שפּרונג פֿון דער סטאַטיסטיק מיט צען יאָר צוריק, ווען די אַראַבישע פֿרויען האָבן געהאַט, דורכשניטלעך, 4.3 קינדער, און די ייִדישע — 2.6 קינדער.

קינדער באַטרעפֿן 33% פֿון דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג, וואָס איז בסך־הכּל, 2.74 מיליאָן נפֿשות. בערך 1.945 מיליאָן פֿון דער באַפֿעלקערונג (71%) זענען ייִדן, און 713,000 (26%) — אַראַבער.

לויט דער סטאַטיסטיק, וווינען בערך 92% פֿון אַלע ישׂראלדיקע קינדער מיט צוויי עלטערן, און בײַ 93% פֿון די קינדער, וואָס וווינען מיט בלויז איינעם פֿון זיי — איז עס די מאַמע.

די דעמאָגראַפֿן האָבן באַמערקט, אַז אויב די טענדענץ וועט זיך נישט בײַטן, וועט די ייִדישע געבורטיקייט מיט דער צײַט איבערשטײַגן די אַראַבישע, האָט איבערגעגעבן דער ישׂראלדיקער קאַנאַל „ערוץ שבֿע‟.

די סטאַטיסטיק האָט אויך געוויזן, אַז וואָס מער סעקולער איז די שטאָט, אַלץ קלענער איז דער פּראָצענט קינדער אין דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. בײַ די שטעט, וווּ עס וווינען, צום ווייניקסטן, 100,000 מענטשן, האָט בני־ברק דעם העכסטן פּראָצענט קינדער: בערך אַ העלפֿט פֿון איר באַפֿעלקערונג איז אונטער 18 יאָר אַלט. אַנדערע שטעט מיט זייער אַ הויכן פּראָצענט קינדער זענען ירושלים, קרית־ספֿר און אַשדוד. די שטעט מיטן נידעריקסטן פּראָצענט קינדער זענען חיפֿה, רמת־גן, בת־ים און חולון.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.