מאַרצעפּאַנע: אַ ווירטועל ייִדיש עסן

Marzipan: a Virtual Jewish Fare

Wiki Commons

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published November 20, 2015, issue of December 11, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

לעצטנס, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַן אַרטיקל אין „פֿאָרווערטס‟, געדרוקט דעם 28סטן אָקטאָבער 1940, אונטערן טיטל, „מאַרצעפּאַנעס‟. דער מחבר האָט זיך פֿאַרבאַהאַלטן אונטערן פּסעוודאָנים „לעד־פּענסיל‟, און באמת גוט זיך פֿאַרבאַהאַלטן — איך ווייס דערווײַל ניט, ווער דער מענטש איז געווען, וואָס האָט געשריבן, אַז ווען ער איז געוואַקסן ערגעץ אין ליטע,

„פֿלעגט די מאַמע זיך אויספֿוילן שטיקער האַרץ צו יעדן מאָל וואָס זי פֿלעגט מיך דאַרפֿן געבן עסן, און זי פֿלעגט מיט טיפֿן פֿאַרדראָס אויסרופֿן:

— קרוינעלער מײַנער, וואָס ווילסטו זאָל איך דיר געבן עסן. מאַרצעפּאַנעס זאָל איך דיר געבן?

אַ לאַנגע, לאַנגע צײַט האָב איך געהערט דער מאַמען אויסרופֿן דעם מאכל ‘מאַרצעפּאַנעס’ און איך האָב מורא געהאַט צו זאָגן ‘יע’, אַז איך וויל מאַרצעפּאַנעס, ווײַל איך האָב ניט געוווּסט וואָס דאָס איז אַזוינס פֿאַר אַ מאכל. מעגלעך, אַז דאָס איז נאָך ערגער ווי באָרשטש, וואָס איך האָב זייער פֿײַנט געהאַט.

איין מאָל האָב איך ריזיקירט און געזאָגט:

— יע, איך וויל מאַרצעפּאַנעס.

— ניטאָ קיין מאַרצעפּאַנעס, — האָט די מאַמע געענטפֿערט.‟

און ווײַטער דערוויסן מיר זיך פֿון אָט דעם אַרטיקל, אַז אין ניו־יאָרק האָבן זיך מאַרצעפּאַנעס ברייט פֿאַרשפּרייט נאָר אין די 1930ער יאָרן, ווען עס זײַנען געקומען די אימיגראַנטן פֿון דײַטשלאַנד.

איך מוז, פֿאַרשטייט זיך, אויך דערמאָנען קאַדיע מאָלאָווסקיס באַקאַנט ליד — טאַקע „מאַרצעפּאַנעס‟, אין וועלכן די רייד גייט וועגן אַ משפּחה מיט דרײַ קינדער:

וויל איינס עסן קניידלעך,

אַ צווייטס — היידעלעך,

און די אויסטראַכטערקע חנה —

וויל אַ מאַרצעפּאַנע.

אָבער עס פֿאַרענדיקט זיך גוט, ווײַל מע דערוויסט זיך, אַז „אַ מאַרצעפּאַנע איז אַ קיכל אַזאַ‟,

און טאַקע יאָ, אַזוי איז שוין געווען די מעשׂה.

ס’האָט די אויסטראַכטערקע אויסגעבאַקט אַ מאַרצעפּאַנע

איז איר די גאַנצע שטאָט געווען מקנא.