ישׂראל עמיאָט: אַ נײַע זאַמלונג אויף ענגליש

New English Selection of Israel Emiot‘s Poetry

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 20, 2015, issue of December 11, 2015.

דעם 25סטן אָקטאָבער איז אינעם ייִדישן קהילה־צענטער פֿון ראָטשעסטער, שטאַט ניו־יאָרק, פֿאָרקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿון אַ נײַער צוויי־שפּראַכיקער זאַמלונג ישׂראל עמיאָטס לידער אויף ייִדיש און ענגליש, איבערגעזעצט דורך לאה זאַזוליער־וואָטסאָן. דאָס בוך טראָגט דעם נאָמען „כּל־זמן מיר זענען נישט אַליין‟ (As Long As We Are Not Alone).

דער ענגלישער פּאָעט וויליאַם העיען, באַקאַנט מיט זײַנע לידער וועגן דעם ייִדישן חורבן און די אַמעריקאַנער אינדיאַנער, האָט באַמערקט, אַז עמיאָט, ווי די איבערזעצערין אַליין שרײַבט אין איר הקדמה, קלינגט טרויעריק און פֿאַרלוירן. זײַן פּאַָעזיע איז פֿול מיט אַזעלכע מאָטיוון, ווי דאָס שאָטנדיקע בלאָנדזשען צווישן לעבן און טויט, דאָס עגמת־נפֿש פֿון באַערדיקטע אומגעקומענע קינדער און די בלומען, וואָס הייבן אָן פֿאַרוועלקט ווערן, ווען זיי קומען ערשט אַרויס פֿון די קנאָספּן.

איליאַ קאַמינסקי, אַן אַנדער ענגליש־שפּראַכיקער פּאָעט און ליטעראַרישער קריטיקער, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און איז באַקאַנט מיט דער לידער־זאַמלונג „טאַנצן אין אָדעס‟, געווימדעט זײַן היימשטאָט, האָט באַמערקט, אַז עמיאָטס פּאָעזיע וואָלט געקאָנט זיך פֿאַרמעסטן מיט די גרעסטע וועלט־קלאַסיקער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. זײַענדיק אַ ייִדישער פּאָעט, וועלכער האָט געוווינט אין אַ „באַרבאַריש לאַנד‟, בלײַבט ער אָבער אומבאַקאַנט דעם ברייטן לייענער.

אינעם יאָר 1991 האָט זאַזוליער אַרויסגעגעבן אַן אַנדער זאַמלונג פֿון עמיאָט אָריגינעלע לידער באַגלייט מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג, „סיביר‟. צי מע זאָל שילדערן זײַנע לעבנס־איבערלעבונגען ווי „באַרבאַרישע‟, צי נישט, איז ער זיכער געווען איינער פֿון די בעסטע און חידושדיקסטע ייִדישע פּאָעטן.

ישׂראל עמיאָט איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1909 לעבן וואַרשע, אין אַ מיוחסדיקער פֿרומער חסידישער משפּחה. אין זײַנע יונגע יאָרן, פֿלעגט ער פּובליקירן זײַנע פֿריִיִקע ווערק אין די אָרטאָדאָקסישע זשורנאַלן. אין 1939, ווען די נאַציס האָבן אָקופּירט פּוילן, איז ער אַנטלאָפֿן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער סאָוועטישער פּרעסע. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט ער, צוערשט, געוווינט אין קאַזאַכסטאַן; דערנאָך האָט ער זיך באַזעצט אין ביראָבידזשאַן. דער פּאָעט האָט געהאָפֿט, אַז דאָרטן וועט זיך צעבליִען אַן עכטע ייִדישע אויטאָנאָמיע. למעשׂה, איז ער אָבער באַשולדיקט געוואָרן אין נאַציאָנאַליזם און אָפּגעזעסן זיבן יאָר אין סטאַלינס לאַגערן. נאָכן סטאַלינס טויט איז ער באַפֿרײַט געוואָרן און זיך אומגעקערט קיין פּוילן. אין 1957 האָט ער עמיגרירט קיין אַמעריקע און זיך באַזעצט אין ראָטשעסטער, וווּ ער האָט ממשיך געווען די שרײַבערישע און רעדאַקטאָרישע טעטיקייט. אינעם יאָר 1978 איז ער געשטאָרן פֿון אַ מוח־ראַק.

אין גיכן נאָכן אָנקומען קיין אַמעריקע, האָט עמיאָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ סעריע אַרטיקלען אינעם „פֿאָרווערטס‟, וועלכע זענען אַרײַן אין זײַן בוך „דער ביראָבידזשאַנער ענין‟. אין 1981 האָט מאַקס ראָזענפֿעלד איבערגעזעצט דאָס דאָזיקע בוך אויף ענגליש.

אין עמיאָטס מורה־שחורהדיקער דיכטונג שפּיגלט זיך כּסדר אָפּ זײַן אייגענער ביטערער גורל פֿון אַ נע־ונדניק, וועלכער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און סטאַלינס רדיפֿות, אָבער צום סוף אומגעקומען פֿון אַ פּײַנלעכער קרענק. לאה זאַזוליער האָט זיך באַקענט מיט עמיאָט אין ראָטשעסטער. זײַענדיק אַליין אַ פּאָעטעסע, האָט זי באַשלאָסן צו באַקענען די ענגלישע לייענער מיט די שאַפֿונגען פֿונעם אָרטיקן דיכטער, וואָס אַ סך פֿון זיי בלײַבן אומבאַקאַנט אין אַמעריקע צוליב דער שפּראַכלעכער גרענעץ.