ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published November 23, 2015, issue of December 11, 2015.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אױסטראַלישע ייִדן אין פּאַריז

דער אױסטראַליש־ייִדישער געשעפֿטסמאַן פֿון סידנעי, בערי מאָװשאָװסקי, איז פּונקט געװען אין פּאַריז אינעם אָװנט פֿונעם 13טן נאָװעמבער, װען טעראָריסטן האָבן אומגעבראַכט העכער 130 קרבנות, בעת אַ רײ אָנפֿאַלן אין דער פֿראַנצױזישער הױפּטשטאָט.

כאָטש ער אַלײן איז נישט באַשעדיקט געװאָרן, האָט ער דערצײלט אין אַן אינטערװיו מיט דער אױסטראַליש־ייִדישער װאָכנשריפֿט „אָסטרעליען דזשויִש ניוס‟, װי ער האָט געהערט סירענעס, זיצנדיק בײַ זיך אין האָטעל־צימער. ער האָט זיך גלײַך געשטעלט אין פֿאַרבינדונג מיט דער משפּחה און זײ געמאָלדן, אַז מיט אים איז גאָרנישט ניט געשען אײדער ער איז אַרױס אין גאַס צו דערװיסן זיך װאָס איז פֿאָרגעקומען. אַ טײל פֿון די אָנפֿאַלן זײַנען פֿאָרגעקומען אױף די גאַסן, װוּ ער האָט שפּאַצירט מיט אַ פּאָר שעה פֿריִער. זעענדיק אַ גרופּע יונגע־לײַט, װעלכע האָבן נישט געקענט אַהײמפֿאָרן גלײַך נאָך די אָנפֿאַלן, האָט מאָװשאָװסקי זײ פֿאַרבעטן צו זיך אין האָטעל־צימער, װוּ זײ האָבן געקוקט די נײַעס אױף טעלעװיזיע ביז עס איז געװאָרן מעגלעך פֿאַר זײ אַהײמצופֿאָרן.

דער ייִדישער מלוכה־מאַן דזשאָש פֿרײַדענבערג, װאָס איז דװקא געװען אין פּאַריז יענעם טאָג בײַ אַ זיצונג פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער מאַכט־אַגענץ, האָט שפּעטער געלײגט אַ קראַנץ בלומען אױפֿן טראָטואַר לעבן דעם „באַטאַגלאַן‟־טעאַטער, צוזאַמען מיטן אױסטראַלישן אַמבאַסאַדאָר אין פֿראַנקרײַך, אין אָנדענק פֿון די קרבנות.

מאַרק שאַגאַלס אײניקל באַזוכט מעלבורן און סידנעי

בעלאַ מאיר
בעלאַ מאיר

בעלאַ מאיר איז דאָס אײניקל פֿונעם מאָלער מאַרק שאַגאַל און זײַן פֿרױ, די פּאָעטעסע בעלאַ שאַגאַל. זי האָט באַזוכט אױסטראַליע װי דער גאַסט פֿונעם „דזשױנט‟ און האָט גערעדט אױף זײַנע אונטערנעמונגען אין מעלבורן און אין סידנעי.

מאיר האָט דערצײלט װעגן דעם, װי אַזױ איר זײדע־באָבע זײַנען געװען צװישן 800 פּליטים, װעלכע דער „דזשױנט‟ האָט געשיקט קײן אַמעריקע פֿון אײראָפּע אין אָנהײב 1941. זי האָט אױך גערעדט װעגן דעם זײדן און זײַן ליבע צו דער באָבען, און װעגן דעם, װאָס ער פֿלעגט דערצײלן זײַנע אײניקלעך װעגן זײַן לעבן בשעתן אַרבעטן אױף זײַנע מאָלערײַען. שאַגאַל האָט קײן מאָל נישט גערעדט מיט זײ װעגן די שװערע מאָמענטן פֿון זײַן לעבן, האָט זי געזאָגט. ער האָט געװאָלט, אַז זײַנע אײניקלעך זאָלן באַנעמען די װעלט מיט ליבע.

נײַער דענקמאָל אױפֿן אָרט פֿון אַמאָליקער שעפּערטאָנער שיל

אַ 200 מענטשן זײַנען בײַגעװען אין דער שטאָט שעפּערטאָן, שטאַט װיקטאָריע, בעת מע האָט אַנטהילט דעם פּלאַקאַט אױפֿן נײַעם דענקמאָל אױפֿן אָרט, װוּ עס איז אַמאָל געשטאַנען די שעפּערטאָנער שיל (1966-1913). די אָריגינעלע געבײַדע איז געשטאַנען ביז די 1980ער יאָרן. דער לאָקאַלער מוזעום זאָגט, אַז ער װעט צוגרײטן אַ נײַע אױסשטעלונג, װאָס װעט זיך עפֿענען איבעראַיאָר װעגן דער געשיכטע פֿון די ייִדישע פֿרוכט־פֿאַרמערס, װעלכע האָבן זיך באַזעצט אין שעפּערטאָן, ביז נאָר אײן ייִד איז געבליבן דאָרטן אין 1966.

אַ נײַער דענקמאָל אַנטהילט אין אַ מעלבורנער פֿאָרשטאָט

„װײדזשעקס‟, דער פֿאַרבאַנד פֿון ייִדן, װעלכע האָבן געדינט אינעם אױסטראַלישן מיליטער, האָט אַנטהילט אַ נײַעם דענקמאָל נאָך די ייִדן, װעלכע האָבן געדינט אינעם אױסטראַלישן מיליטער בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה און בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה. דער דענקמאָל געפֿינט זיך אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט ריפּאָנלי, װוּ עס װױנען פֿיל ייִדן. דער אָריגינעלער דענקמאָל נאָך די ייִדישע סאָלדאַטן שטײט נאָך אױפֿן אַלטן ייִדישן בית־עולם אין דער פֿאָרשטאָט קאַרלטאָן, װוּ עס װױנען װײניק ייִדן הײַנט־צו־טאָג.

דער סוף פֿון אַ קאַפּיטל ספּאָרט־געשיכטע

דער ייִדישער געשעפֿטסמאַן פֿרענק לאָװי האָט פֿאַרלאָזט דעם פּאָסטן װי דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿוסבאַל־(סאָקער) פֿעדעראַציע פֿון אױסטראַליע נאָך 12 יאָר. ער איז געקומען קײן אױסטראַליע װי אַ פּליט נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה און האָט זיך אַרױפֿגעאַרבעט. הײַנט־צו־טאָג איז ער אײנער פֿון די גרעסטע גבֿירים אין לאַנד.

דער פּױלישער שליח װיל דערמוטיקן באַציִונגען צװישן ייִדן און פּאָליאַקן

אַנדרײ פֿאָלװאַטשני איז דער גרינדער און גלײַכצײַטיק דער פּרעזידענט פֿון דער גרופּע „פֿאָרום פֿאַר דיאַלאָג‟, װאָס װיל דערמוטיקן שעפֿערישע, ערלעכע צוזאַמענאַרבעט פֿון ייִדן און פּאָליאַקן 70 יאָר נאָכן סוף פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה.

די גרופּע ברענגט אױסלענדישע ייִדן קײן פּױלן, װוּ זײ אַרבעטן מיט מיט מיטלשול־תּלמידים און אַנדערע, כּדי ייִדן זאָלן זיך באַקענען מיט פּאָליאַקן, און אַז פּאָליאַקן זאָלן זיך באַקענען מיט ייִדן, כּדי בײדע פֿעלקער זאָלן בעסער פֿאַרשטײן זײערע אַמאָליקע שכנים און אױך זיך אַלײן. זײַענדיק אין אױסטראַליע, װעט פֿאָלװאַטשני מיטאַרבעטן מיט דער אױסטראַלישער געזעלשאַפֿט פֿון פּױלישע ייִדן און זײער נאָכװוּקס, און אױך מיטן ראַט פֿון קריסטן און ייִדן.