פֿײַוויש פֿינקל וועט באַערט ווערן

Fyvush Finkel to Be Honored

פֿײַוויש פֿינקל
פֿײַוויש פֿינקל

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 24, 2015, issue of December 11, 2015.

פֿײַוויש פֿינקל, וואָס האָט כּמעט 35 יאָר געשפּילט אין ייִדישן טעאַטער, און שפּעטער געוווּנען אַן „עמי‟־פּרעמיע פֿאַר זײַן ראָלע אין דער טעלעוויזיע־סעריע Picket Fences, וועט באַערט ווערן אויפֿן יערלעכן חנוכּה־באַנקעט פֿונעם קלוב „ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד־אַקטיאָרן‟ פֿאַר זײַן יאָרן־לאַגנער איבערגעגעבנקייט צו דער אָרגאַניזאַציע.

אויף דער אונטערנעמונג וועלן פֿינקל, און זײַנע זין, איִאַן — אַ קסילאָפֿאָן־שפּילער, און עליאָט — אַ קלאַסישער פּיאַניסט, אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט, אין וועלכן פֿינקלס שנור, שעריל אַן אַלען, אַ פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטריסע, וועט שפּילן די ראָלע פֿון דער ייִדישער זינגערין און קאָמיקערין, סאָפֿי טאָקער.

דער כּשרער באַנקעט וועט פֿאָרקומען מאָנטיק, דען 7טן דעצעמבער, 6:15 אין אָוונט אין דער „סאָטאָן־פּלייס סינאַגאָגע‟ אין מאַנהעטן. פֿינקל איז געבוירן געוואָרן אין בראָנסוויל, ניו־יאָרק אין 1922, דער דריטער פֿון פֿיר זין. זײַן טאַטע איז געווען אַ שנײַדער פֿון וואַרשע, און די מאַמע, מערי — פֿון מינסק. כּמעט 35 יאָר האָט פֿײַוויש געשפּילט אין ייִדישן טעאַטער אויף דער „איסט סײַד‟ פֿון מאַנהעטן און אויך ווי אַ קאָמיקער אין די קאַטסקיל־בערג.

אין 1964 האָט ער געהאַט זײַן דעביוט אויף בראָדוויי, אויף ענגליש, מיט „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, וווּ ער האָט געשפּילט דעם קרעטשמער, מרדכי. שפּעטער האָט ער באַקומען די ראָלע פֿונעם קצבֿ, לייזער־וואָלף, און מיט דער צײַט — טבֿיה אַליין.

אין 1988 האָט פֿינקל געוווּנען אַן „אָבי־פּרעמיע‟ פֿאַר זײַן ראָלע ווי סעם אין דער קלאַסישער ייִדישער פּיעסע, Cafe Crown. במשך פֿון די יאָרן האָט ער אויך געשפּילט פֿאַרשידענע ראָלעס אויף טעלעוויזיע און אין קינאָ, און אין 1994 האָט ער, ווי געזאָגט, געוווּנען אַן „עמי‟ פֿאַר זײַן ראָלע ווי דער אַדוואָקאַט אין דער טעלעוויזיע־דראַמע Picket Fences.

פֿינקל האָט אויך אַן אויסערגעוויינטלעכן זכּרון, האָט גדליה ברײַער, דער דירעקטאָר פֿון „ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד‟ געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „ער איז ממש אַן ענציקלאָפּעדיע פֿון ייִדישן טעאַטער. ווען איך גיי זע אַ ייִדישן פֿילם, און איך פֿרעג אים, וואָס ווייסט ער וועגן איינעם פֿון די אַקטיאָרן, וועט ער מיר אַלץ דערציילן וועגן אים, וועגן זײַנע מיטשפּילער, ווער האָט געטרונקען צו פֿיל, און נאָך אַזוינע פּרטים.‟

ברײַער זאָגט, אַז די יערלעכע באַנקעטן פֿון „ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד‟ ציִען הײַנט צו אַ סך מער מענטשן ווי אַמאָל. „עס פֿלעגן קומען אַרום 70־80 מענטשן, אָבער איצט באַטייליקן זיך אַרום 200 — און נישט בלויז עלטערע לײַט. הײַנט קומען אַפֿילו יונגע לײַט אין די צוואָנציקער.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.