ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published November 24, 2015, issue of December 11, 2015.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

טענות צו איסלאַמיסטן דורך אַ ייִדישער סטראַשידלע

נאָך די לעצטע איסלאַמישע אָנפֿאַלן אין פּאַריז האָבן די פּוילישע נאַציאָנאַליסטן זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ דעמאָנסטראַציע אין ווראָצלאַוו. NIE ISLAMSKA, NIE LAICKA, TYLKO POLSKA KATOLICKA — האָבן זיי געשריגן מיט איין קול. פּוילן, מיינט עס, טאָר נישט זײַן איסלאַמיש, טאָר נישט זײַן וועלטלעך; פּוילן מוז פֿאַרבלײַבן קאַטויליש.

איז פֿאַרוואָס באַריכטן מיר וועגן דער דאָזיקע לעצטער דעמאָנסטראַציע אין ווראָצלאַוו? — וועט איר פֿרעגן. כאַפּט נישט. מיר וועלן אײַך באַלד געבן צו פֿאַרשטיין. דער קולמינאַציע־פּונקט פֿון דער גאַנצער דעמאָנסטראַציע איז געווען דאָס פֿאַרברענען אַ גרויסע סטראַשידלע פֿון אַ ייִדן.

הייסט עס, אַז אַלטע געוווינהײטן איז שווער צו ענדערן. וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן די ייִדן מיט דער גיגאַנטישער כוואַליע פֿון די מוסולמענישע אימיגראַנטן? קיין שום שײַכות. נאָר וואָס זשע? ס׳איז שווער משנה זײַן די מענטאַליטעט פֿון די מענטשן. ס׳איז שווער אויפֿצוהערן רייכערן, ס׳איז שווער אויפֿצוהערן טרינקען, און ס׳איז נאָך שווערער אויפֿצוהערן פֿײַנט צו האָבן ייִדן. וויבאַלד מען האָט שוין טענות צו עמעצן, דאַרף מען זיך טשעפּען צו די ייִדן אויך.

פּוילישער זשורנאַל פֿײַערט פֿאָטאָגראַפֿיע־פֿאַרמעסט אין ייִדישן מוזיי

קינד און קייט ווייסן, אַז מיר האָבן אַ סך געבאָרגט פֿון דער פּוילישער שפּראַך (און פֿאַרקערט). „פּופּיק‟, „שמאַטע‟ און „פּלאָטקעס‟ זענען, ווי איר ווייסט, אויך פּוילישע ווערטער.

VIVA PLOTKI איז אַ פּוילישער זשורנאַל, וואָס דערקלערט אַליין, אַז ער גיט זיך אָפּ מיט די לעצטע פּלאָטקעס. וואָסערע פּלאָטקעס? פּלאָטקעס וועגן פּוילנס פּאָפּולערע אַקטיאָרן און אַקטריסעס, זינגערס און זינגערינס, מאָדעלקעס וכדומה.

„וויוואַ‟ האָט אויך אַ יערלעכן פֿאָטאָ־פֿאַרמעסט, וווּ איר קענט געווינען גאַנצע פֿינעף און צוואָנציק טויזנט זלאָטעס פֿאַר געלונגענע בילדער אין פֿאַרשיידענע קאַטעגאָריעס.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.