יעל־סטודענטן דיסקוטירן: איז יעל טאַקע ראַסיסטיש?

Yale Students Discuss Accusations of Racism

פֿון ריינע שעכטער

Published November 27, 2015, issue of December 11, 2015.

Yale Daily News

שױן עטלעכע װאָכן קומען זיך צונױף סטודענטן איבער גאַנץ אַמעריקע, כּדי צו פּראָטעסטירן קעגן דעם סיסטעמאַטישן ראַסיזם, װאָס זײ זעען אויף זייערע קאַמפּוסן. די באַװעגונג האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין יעל־אוניװערסיטעט אין סוף־אָקטאָבער, און װי אַ װאַלדפֿײַער האָבן סטודענטן פֿון אַרום לאַנד (אין פּרינצטאָן, קאָרנעל, ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט צװישן אַנדערע) אָפּגענומען אַ משל פֿון די יעל־פּראָטעסטירערס. װי אַ דריטיאָר־סטודענטקע אין יעל, האָב איך טאַקע געזען װי עס אַנטװיקלט זיך די באַװעגונג.

דעם סוף־װאָך פֿאַרן חגא „האַלאָװין“ האָבן עטלעכע קולטור־צענטערס פֿון יעל אַרױסגעשיקט אַ בליצבריװ װאָס בעט, אַז די סטודענטן זאָלן אַרויסווײַזן סענסיטיװקייט בײַם אויסקלײַבן די האַלאָװין־קאָסטיומען, ווײַל אַ מאָל פֿאַרשטעלן זיך װײַסע סטודענטן ווי, למשל, אינדיאַנער, װאָס פֿאַר עטלעכע סטודענטן איז דאָס אַן אָנגעװײטיקטער ענין.

נאָך דעם, װאָס מע האָט אַרויסגעשיקט אַזאַ בליצבריװ, האָט אַן אָנפֿירערין פֿון איינעם פֿון יעלס אינטערנאַטן זיך אָבער אַנטקעגנגעשטעלט.

ד״ר עריקע קריסטאַקיס, אַ פּראָפֿעסאָרין, װאָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער אַנטװיקלונג־פּסיכאָלאָגיע (developmental psychology), האָט פֿאָרגעלייגט אין אַ בליצבריוו צו אירע אייגענע סטודענטן, אַז אַנשטאָט דעם, אַז יעל זאָל דיקטירן ווי מע מעג זיך יאָ אָדער נישט פֿאַרשטעלן, זאָלן די סטודענטן אַליין באַשליסן; און אויב אײן סטודענט באַליידיקט אַ צװײטן, זאָל דער באַליידיקטער אים דערקלערן ווי אַזוי ער פֿילט.

איך אַליין האַלט, אַז קריסטאַקיסעס בליצבריװ איז נישט געװען אַזוי געפֿערלעך. אָבער צוליב דעם, װאָס זי האָט אים אַרויסגעשיקט פּונקט ווען ס׳איז פֿאָרגעקומען אַ צווייטער אינצידענט אויפֿן קאַמפּוס, איז דער בריװ געװאָרן דאָס „ברענװאַרג‟ פֿאַר דער אָפּאָזיציע. אַ נאַכט פֿאַר האַלאָװין, האָט די ברודערשאַפֿט־אָרגאַניזאַציע „עס־איי־אי“ (SAE) אָפּגעזאָגט אַ גרופּע שװאַרצע מיידלעך, װײַל זייער שׂימחה איז געװען „נאָר פֿאַר װײַסע“. דעם קומעדיקן אינדערפֿרי האָט איינע פֿון די אָפּגעזאָגטע סטודענטקעס באַשריבן דעם אינצידענט אױף „פֿײסבוק“ און צוגעגעבן, אַז דאָס זעלבע איז פֿאָרגעקומען דעם פֿאַרגאַנגענעם האַלאָװין. געשלאָסן האָט זי איר נאָטיץ מיט אַ סאַרקאַסטישן זאָג: „זאָל גאָט בענטשן אַמעריקע“. אַ פּאָר טעג שפּעטער האָט אַן אַנדער שװאַרץ מיידל אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקל אין דער אוניװערסיטעטישער טאָג־צײַטונג װעגן אירע אייגענע טראַװמאַטישע איבערלעבונגען װי אַ שװאַרץ מיידל אין יעל. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן די באַװעגונג.

די קומעדיקע פּאָר װאָכן אין יעל זענען געװען זייער אָנגעשטרענגט. דעם 9טן נאָװעמבער איז פֿאָרגעקומען אַ ריזיקער מאַרש, װאָס האָט צוגעצויגן 1,200 מענטשן. יענע װאָך זענען אויך געװען עטלעכע סעסיעס, װוּ סטודענטן און פּראָפֿעסאָרן האָבן אַרומגערעדט אופֿנים צו בײַטן „די סיסטעם“, כּדי אויסצומעקן דעם סיסטעמאַטישן ראַסיזם. צװישן די פֿאָרלייגן: אַלע סטודענטן זאָלן נעמען אַ קורס אין עטנישע שטודיעס; אַלע סטודענטן זאָלן דורכמאַכן אַ טרענירונג־קלאַס אין קולטור־סענסיטיװקייט; מע זאָל בײַטן דעם נאָמען פֿונעם אינטערנאַט, װאָס טראָגט דעם נאָמען נאָכן אַמעריקאַנער פּאָליטיקער, דזשאָן קאַלהון (אַ שטיצער פֿון שקלאַפֿערײַ צוריק מיט הונדערטער יאָרן); בײַטן דעם טיטל „מײַסטער“ (װאָס דאָס האָט אויך אַ שײַכות מיט שקלאַפֿערײַ), אאַז״וו.

כאָטש ס׳רובֿ יעל־סטודענטן זענען נישט קיין שװאַרצע, האָב איך אין די לעצטע פּאָר װאָכן דערזען אַ מאַסן־מאָביליזאַציע, װאָס איך האָב קיין מאָל פֿריִער נישט געזען. כּמעט יעדע סטודענטן־אָרגאַניזאַציע האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע שעה, אַרומרעדנדיק דעם ענין „סיסטעמאַטישער ראַסיזם“, און אױספּלאָנטערנדיק אופֿנים װי אַזוי צו באַקעמפֿן די פּראָבלעם.

װי די מוזיק־דירעקטאָרשע פֿון דער אַ־קאַפּעלאַ־גרופּע „רעדהאַט־און־בלוי“ (Redhot & Blue) האָב איך אויך אָרגאַניזירט אַזאַ שמועס פֿאַר אונדזערע זינגערס. רעדהאַטס מוזיק איז מערסטנס באַזירט אין דער דזשעז־טראַדיציע, האָבן מיר אַרומגערעדט דעם ענין, אַז מיר זינגען מוזיק, אָנגעשריבן פֿון און פֿאַר די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, ווי, למשל, „בראָדיעט אין װאַסער“ (“Wade in the Water”). מיר האָבן אַרומגערעדט צי עס פּאַסט, אַז אונדזער גרופּע, װאָס ס’רובֿ פֿון אונדז זענען װײַסע, זאָל זינגען אַ ליד װעגן די איבערלעבונגען פֿון שװאַרצע שקלאַפֿן.

עטלעכע מענטשן האָבן געהאַלטן, אַז מיר זאָלן אַרויסנעמען דאָס ליד, בשעת אַנדערע האָבן געװאָלט, מע זאָל גוט אויספֿאָרשן די געשיכטע פֿונעם ליד און פּרוּװן זינגען עס מיט מער כּװנה. אַנדערע מיטגלידער פֿון דער גרופּע האָבן בכלל נישט געזען קיין פּראָבלעם דאָ, האַלטנדיק, אַז מוזיק איז אַן אופֿן אָפּצושאַצן אַנדערע קולטורן און טראַדיציעס (איך אַליין געפֿין זיך אין דער לעצטער קאַטעגאָריע). װען מער מענטשן אויף דער װעלט װאָלטן, למשל, זיך פֿאַראינטערעסירט אין ייִדישע לידער — אַפֿילו חורבן־לידער — װאָלט איך זיך זיכער נישט באַקלאָגט. די פּשרה איז געװען, אַז מיר װעלן װײַטער זינגען דעם זעלבן רעפּערטואַר, אָבער זינגען עס מיט מער כּװנה.

עטלעכע מאָל אינעם פֿאַרגאַנגענעם חודש האָב איך געקלערט, אַז אין יעל װעט מען קיין מאָל נישט אויפֿהערן צו רעדן װעגן ראַסע. בײַ יעדן טיש אין עסזאַל האָט מען געמורמלט װעגן די זעלבע ענינים, צי מע זאָל אַרויסװאַרפֿן די פּראָפֿעסאָרין קריסטאַקיס (און איר מאַן, אױך אַ פּראָפֿעסאָר), צי מע זאָל פֿאָדערן, אַז אַלע זאָלן נעמען אַ קורס אין עטנישע שטודיעס. צום סוף, האָט דער פּרעזידענט פֿון יעל, פּיטער סאַלאָװײ, צוגעזאָגט צו פֿאַרגרעסערן דעם אָפּטייל פֿון עטנישע שטודיעס; אַרײַנברענגען מער פּראָפֿעסאָרן פֿון פֿאַרשיידענע הינטערגרונטן; באַשטימען מער געלט פֿאַר פּראָגראַמען, װאָס גיבן זיך אָפּ מיט די ראַסע־ענינים און טאָלעראַנץ. אַחרון־אַחרון־חבֿיבֿ, האָט פּרעזידענט סאַלאָװײ צוגעזאָגט, אַז ער פֿירט אײַן געוויסע מיטלען, דורך װעלכע סטודענטן קענען אויסדריקן זייער מיינונג.

פֿון דעסטוועגן, זענען אַ טייל אַקטיוויסטן נאָך אַלץ אומצופֿרידן. אַ שוואַרצער פֿרײַנד מײַנער װאָס שפּילט אין יעלס פֿוטבאָל־מאַנשאַפֿט, האָט מיר געזאָגט: „מענטשן מאַכן פּשוט אַ צימעס דערפֿון, כּדי מע זאָל זיך אומקוקן אויף זיי“. איך האָב אים געפֿרעגט, צי ער האָט אַ מאָל אַליין איבערגעלעבט אַ ראַסיסטישן אינצידענט אין יעל, האָט ער געענטפֿערט: „ניין, קיין מאָל נישט“.

װאָס זשע קען מען זיך דערפֿון אָפּלערנען? אמת, עטלעכע יעל־סטודענטן האָבן טאַקע געהאַט ראַסיסטישע אינצידענטן במשך פֿון זייערע פֿיר יאָר דאָ. אַ מאָל טרעפֿט בײַ נאַכט, למשל, אַז אַ פּאָליציאַנט וועט בעטן בײַ אַ טונקעלן סטודענט צו ווײַזן אים זײַן אידענטיטעט־קאַרטל, כּדי צו באַשטעטיקן צי ער איז טאַקע אַ יעל־סטודענט.

פֿון דעסטוועגן, געפֿינט זיך פֿאָרט אַ סך ווייניקער ראַסיזם אויף די אוניװערסיטעט־קאַמפּוסן ווי אין אַנדערע ערטער. די גרייטקייט פֿון דער יעל־אַדמיניסטראַציע צו העלפֿן די שוואַרצע סטודענטן אין דעם פּרט, איז אַ באַווײַז װי דעמאָקראַטיש מע פֿירט זיך דאָ. צי די יעל־פּראָטעסטן װעלן טאַקע האָבן אַ השפּעה אויפֿן װעלט־ראַסיזם װייס איך נישט; איך װייס אָבער יאָ, אַז די הײַנטיקע סטודענטן איבערן גאַנצן לאַנד רעדן וועגן דעם ענין, און דאָס איז שוין אַן אָנהייב.