אַ ישיבֿה לעבן פֿילאַדעלפֿיע באַקומט 8.6 מיליאָן

Philly-Area Yeshiva Receives $8.6 Million

די ישיבֿה „קהלת‟ אין מעריאָן־סטיישען, שטאַט פּענסילוועניע
די ישיבֿה „קהלת‟ אין מעריאָן־סטיישען, שטאַט פּענסילוועניע

פֿון ייִט״אַ

Published December 01, 2015, issue of December 25, 2015.

אַ ייִדישע מיטלשול אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון פֿילאַדעלפֿיע, די ישיבֿה „קהלת‟ אין מעריאָן־סטיישען, שטאַט פּענסילוועניע, האָט באַקומען אַ נדבֿה אויף אַ סומע פֿון 8.6 מיליאָן דאָלאַר פֿון דער פּריוואַטער פֿונדאַציע „קהלת‟, וועלכע האָט לעצטנס איבערגעגעבן וועגן דעם.

די נדבֿה באַשטייט פֿון 7.5 מיליאָן, וואָס די ישיבֿה מעג אויסנוצן ווי מע וויל אויף אירע הוצאות במשך פֿון די קומענדיקע 5 יאָר, און 1.1 מיליאָן פֿאַר איר נײַער פּראָגראַם „מתמידים‟ און דעם פֿאָרש־פּראָיעקט STEM, וועלכער העלפֿט די פֿאַראינטערעסירטע תּלמידים דורכצופֿירן אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אויף אַ הויכן ניוואָ, איידער זיי פֿאַרענדיקט די מיטלשול, אין אַזעלכע געביטן, ווי פֿאַרשיידענע וויסנשאַפֿטלעכע דיסציפּלינען, טעכנאָלאָגיעס, אינזשענירײַ און מאַטעמאַטיק. די באַטייליקטע אין דער פּראָגראַם „מתמידים‟ ווערן צוגעגרייט אין פֿאַרמעסטונגען פֿון די בעסטע יונגע קענער פֿון דער גמרא און תּנ״ך. אַחוץ דעם, זענען זיי ממשיך זייער תּורה־שיעורים זומער־צײַט.

די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ישיבֿה „קהלת‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 2000. לכתּחילה האָט זי געהייסן „די העברעיִשע מיטלשול אויפֿן נאָמען פֿון שטערן‟. די פֿונדאַציע, וואָס טראָגט דעם זעלבן נאָמען, שטיצט די ייִדישע טאָגשולן אין פֿילאַדעלפֿיע, דעם אַרומיקן ראַיאָן און אַנדערע ערטער אין אַמעריקע.