ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published November 30, 2015, issue of December 25, 2015.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

די קהלישע חנוכּה־פֿײַערונג װעט יאָ פֿאָרגעזעצט װערן

אַ פֿאָרשטײער פֿון חב״ד אין מעלבורן האָט געמאָלדן, אַז די יערלעכע לאָקאַלע חנוכּה־פֿײַערונג מיט פֿײַערװערק װעט נישט פֿאָרקומען הײַיאָר נאָך 23 יאָר, װי זי איז פֿאָרגעקומען אין אַ לאָקאַלן פּאַרק יאָר־יערלעך, צוליב זיכערהײטס-פּראָבלעמען. דערנאָך האָט אַ צװײטער פֿאָרשטײער געמאָלדן, אַז די פֿײַערונג װעט דװקא יאָ פֿאָרקומען אין דעצעמבער 2015. הרבֿ יוסף גוטניק האָט געזאָגט, אַז די פֿײַערונג װעט נישט פֿאָרקומען אין הסכּם מיטן רוף פֿונעם אַלװעלטלעכן הױפּט־קװאַרטיר פֿון חב״ד אין ברוקלין זיך נישט צונױפֿצוקומען אין גרױסע מאַסן, צוליב דער סכּנה פֿון טעראָריסטישע אָנפֿאַלן. חב”ד־מעלבורן האָט שפּעטער געמאָלדן, אַז די פֿײַערונג װעט יאָ פֿאָרקומען אינעם לאָקאַלן אָרט פֿאַר פֿערד־געיעג, װאָס איז אַרומגערינגלט מיט אַ מױער, כּדי צו פֿאַרלײַכטערן די אַרבעט פֿון דער מעלבורנער ייִדישער זיכערהײטס־דינסט.

זון פֿון שמעון פּערעס באַזוכט די יורשים פֿונעם אויסטראַלישן גלח, וואָס האָט געראַטעוועט זײַן זיידן

כעמי פּערעס (דער צווייטער פֿון לינקס) מיט די יורשים פֿון רעקס דייקער
Peter Haskin
כעמי פּערעס (דער צווייטער פֿון לינקס) מיט די יורשים פֿון רעקס דייקער

יצחק פּערעס, דער פֿאָטער פֿון שמעון פּערעס, האָט געדינט אינעם בריטישן מיליטער בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה. די נאַציס האָבן אים געפֿאַנגען, נאָר זײ האָבן געמײנט, אַז ער שטאַמט פֿון נײַ־זעלאַנד. דער עלטערער פּערעס און אַ פֿרײַנד האָבן אױסגעגראָבן אַ טונעל און אַזױ האָבן זײ באַװיזן צו אַנטלױפֿן פֿונעם לאַגער, װוּ די נאַציס האָבן זײ פֿאַרשפּאַרט, צוזאַמען מיט אַנדערע קריגס־געפֿאַנגענע. אַז די נאַציס האָבן זײ געכאַפּט, זײַנען זײ בײדע פֿאַרמישפּט געװאָרן צום טױט, װײַל די נאַציס האָבן זײ געהאַלטן פֿאַר שפּיאָנען. דאָ האָט זיך אַרײַנגעמישט אַן אױסטראַלישער מיליטערישער גלח, רעקס דײקער. דײקערן האָט זיך אײַנגעגעבן אײַנצורעדן די נאַציס צו ברענגען די צװײ געפֿאַנגענע צום אָפֿיציעלן מישפּט אינעם לאַגער, און נישט דערשיסן זײ גלײַך אױפֿן אָרט. יצחק פּערעס האָט דערצײלט די גאַנצע מעשׂה אין “יד־ושם” אײדער ער איז געשטאָרבן.