חזנות־קאָנצערט מיט יהודית בערקסאָן

Cantorial Concert With Judith Berkson

יהודית בערקסאָן
יהודית בערקסאָן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 01, 2015, issue of December 25, 2015.

מיטוואָך, דעם 2טן דעצעמבער, וועט די זינגערין און קאָמפּאָזיטאָרין יהודית בערקסאָן אויפֿטרעטן אין ייִוואָ מיט אירע אַראַנזשירונגען פֿון אַ קראַנץ אַלטע חזנות־שטיקלעך. די לידער האָט זי געפֿונען אין ייִוואָס קלאַנג־אַרכיוו, וואָס נעמט אַרײַן סײַ באַקאַנטע רעקאָרדירונגען, סײַ זעלטענע און אַפֿילו נישט־פּובליקירטע רעקאָרדירונגען פֿון דער גאָלדענער חזנות־תּקופֿה פֿון מיזרח־אייראָפּע.

אינעם קאָנצערט וועט בערקסאָן, אין איינעם מיט די מוזיקער פֿרענק לאָנדאָן, לאַנאַ סענטשיק און קליק שריי, פֿאָרשטעלן אירע אייגענע אויסטײַטשונגען פֿון די תּפֿילות, וואָס די אָנגעזעענע חזנים בערעלע חגי, יחיאל קאַרניאָל און סאָפֿי קורצער האָבן אַמאָל געזונגען.

בערקסאָן, אַ סאָפּראַן און פּיאַניסטין, וואָס וווינט אין ברוקלין, האָט אַ גרויסן רעפּערטואַר, וואָס נעמט אַרײַן קונסטלידער פֿון שובערט און שאָנבערג, דזשעז און אוואַנגאַרד. איר קאָמפּאַקטל, Oylam, וואָס איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן דורך ECM Records אין 2010, האָט געקראָגן גוטע רעצענזיעס אין אַ צאָל צײַטונגען, אַרײַנגערעכנט די „ניו־יאָרק טײַמס‟.

בערקסאָנס אויסקלײַב פֿון חזנים איז אַ פֿאַרשידנאַרטיקער. בערעלע חגי, וואָס האָט געשטאַמט פֿון אַ חזנישער משפּחה, איז באַקאַנט פֿאַר זײַן הויכן טענאָר און שפּרודלדיקן בײַקולכל (פֿאַלש־שטימע). ער איז געבוירן געוואָרן אין דאַגדאַ, לעטלאַנד אין 1892 און האָט אָנגעהויבן זײַן חזנישע קאַריערע צו 17 יאָר אין סמאָלענסק. שפּעטער האָט ער באַקומען פּאָזיציעס אין ניו־יאָרק, דעטרויט, באָסטאָן, און אין דרום־אַפֿריקע. ער איז ניפֿטר געוואָרן אין ניואַרק, ניו־דזשערזי אין 1954.

יחיאל קאַרניאָל איז געווען באַקאַנט ווי אַ פֿעיִקער זינגער, וועלכער האָט אויך געקאָנט דערגרייכן די טיפֿע באַס־נאָטן. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1855 אין זאַלעשיץ, פּוילן און זיך געלערנט חזנות אין אונגערן. אין 1886 איז ער באַשטימט געוואָרן ווי דער פּערמאַנענטער חזן פֿון דער שיל אין פּעטש, אונגערן, אָבער האָט רעזיגנירט נאָך 7 יאָר, און אָנגענומען אַ פּאָזיציע אין דער שיל „אוהבֿ־צדק‟, אין ניו־יאָרק. אין 1898 האָט ער זיך אומגעקערט קיין רוסלאַנד און געוואָרן דער חזן פֿון דער גרויסער אָדעסער שיל. נאָכן אויסבראָך פֿון פּאָגראָמען אין 1905 האָט ער זיך אומגעקערט אין „אוהבֿ־צדק‟.

וועגן דער חזנטע סאָפֿי קורצער איז פֿאַראַן ווייניק אינפֿאָרמאַציע. אין אַן אַרטיקל וועגן די אַמאָליקע חזנטעס, האָט ד״ר אַרי י. קעלמאַן, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס אין סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט, געשריבן, אַז קורצער „האָט אַרויסגעלאָזט צוויי פּלאַטעס חזנות פֿאַר דער פֿראַנציישער פֿירמע Pathe, און האָט מיט איר טיפֿער שטים דערמאָנט די מער באַרימטע חזנים ווי גרשון סיראָטאַ און מרדכי הערשמאַן‟.

נאָך בילעטן אָדער מער אינפֿאָרמאַציע וועגן בערקסאָנס חזנות־קאָנצערט, קוועטשט אויף https://www.yivo.org/Cantorial-Music-from-the-YIVO-Archives.