ייִדיש־לימודים אין FAU

Yiddish School Florida


פֿון ייִט״אַ

Published December 02, 2015, issue of December 25, 2015.

פֿונעם 3טן ביזן 7טן יאַנואַר וועט אינעם פֿלאָרידער אַטלאַנטישן אוניווערסיטעט (FAU) דורכגעפֿירט ווערן אַ פּראָגראַם פֿון ייִדיש־שטודיעס, וואָס וועט באַשטיין פֿון מער ווי 12 שעה אינטענסיווע שפּראַך־לימודים, אומפֿאָרמעלע שמועסן אויף ייִדיש, פֿיר לעקציעס פֿון פּראָפֿ׳ דבֿורה קאַפּלאַן וועגן דעם ייִדישן טעאַטער און אַנדערע אַקטיוויטעטן.

אַלע באַטייליקטע מוזן זײַן מיטגלידער פֿון דער אַמהערסטער „ייִדישער ביכער־צענטראַלע‟, וועלכע האָט אָרגאַניזירט די פּראָגראַם. די באַטייליקונג אין דער פּראָגראַם וועט קאָסטן 1,100 דאָלאַר; די הוצאות פֿאַרן האָטעל זענען נישט אַרײַנגערעכנט אינעם פּרײַז. בעת דער אונטערנעמונג וועט מען באַזאָרגן די תּלמידים מיט וועגעטאַרישע און מילכיקע וואַרמעסן; מע קאָן אויך ספּעציעל באַשטעלן אַ סעודה מיט אַ הכשר. בעת דער פּראָגראַם וועלן די באַטייליקטע זיך באַקענען מיט קלאַסישע ייִדישע פֿילמען, לידער און ליטעראַטור.

דבֿורה קאַפּלאַן אַרבעט ווי אַן אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָרין פֿאַר טעאַטער־שטודיעס אינעם „ברוך־קאָלעדזש‟ בײַם ניו־יאָרקער שטאָטישן אוניווערסיטעט. אין אירע פֿאָרשונגען, פֿאָקוסירט זי זיך אויפֿן ייִדישן טעאַטער און דראַמאַטורגיע. זי איז אַ מיטגרינדערין פֿונעם אינטערנעץ־פּראָיעקט „דיגיטאַלישער ייִדיש־טעאַטער‟ — אַ ספּעציעלע וועבזײַט מיטן נאָמען Yiddishstage.org, וווּ עס ווערט געזאַמלט די אינפֿאָרמאַציע וועגן די טעאַטראַלישע אונטערנעמונגען און ווערק אויף ייִדיש אַמאָל און הײַנט. צום בײַשפּיל, איז דעם 17טן נאָוועמבער דאָרטן דערשינען אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל פֿון דוד מאַזאָווער, אַן אוראייניקל פֿון שלום אַש. די פּראָפֿעסאָרין אַליין איז אויך אַ רעזשיסאָרין און דראַמאַטורגין.

FAU איז אַ מלוכישער אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינט זיך אין דער פֿלאָרידער שטאָט באָקאַ־ראַטאָן. דער אויסקלײַב איז נישט צופֿעליק; דער דאָזיקער בילדונג־אַנשטאַלט איז באַקאַנט אין דער וועלט פֿון ייִדיש־קולטור צוליב דעם גרויסן אינטערנעץ־אַרכיוו פֿון מוזיק־רעקאָרדירונגען אויף ייִדיש און חזנות אויף לשון־קודש. מיט 10 יאָר צוריק, האָט דער אוניווערסיטעט איבערגעגעבן דער „ביכער־צענטראַלע‟ אין אַמהערסט אַ גרויסע צאָל ביכער אויף ייִדיש. די צענטראַלע האָט זיי סקאַנירט און אַרויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ. אַ סך ביכער קומען פֿונעם געוועזענעם „צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור אויפֿן נאָמען פֿון דאָרע טייטלבוים‟, וועלכער האָט זיך אינעם יאָר 2015 פֿאַראייניקט מיט דער ביבליאָטעק פֿונעם פֿלאָרידער אַטלאַנטישן אוניווערסיטעט, אָבער לערנט ווײַטער ייִדיש־לימודים אויף זײַן וועבזײַט.

די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער נײַער ייִדיש־פּראָגראַם גיבן איבער, אַז אין יעדן קלאַס וועלן זיך באַטייליקן, צום מערסטן, 15 תּלמידים. בסך־הכּל, פּלאַנירט מען אָנצושליסן בערך 45 אָנטיילנעמער. ניקאָלײַ באָראָדולין וועט אָנפֿירן מיטן אָנהייבער־קורס. אַסיאַ ווײַסמאַן, די דירעקטאָרין פֿונעם אינטיטוט פֿאַר ייִדישע שפּראַך־שטודיעס בײַ דער „ביכער־צענטראַלע‟, וועט זיך פֿאַרנעמען מיט דערפֿאַרענע ייִדיש־קענער, און יורי וועדעניאַפּין, דער ייִדיש־לערער בײַם האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, וועט לערנען דעם מיטנדיקן קלאַס.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.