ייִדישע שפּילגרופּע ווערט אויפֿגעלעבט אין נ״י

Yiddish Playgroup is Revived in NY

די „פּריפּעטשיק‟־קינדער שטעלן זיך אויס ווי אַ באַן, זינגענדיק „די באַן איז אַ לאַנגע‟
די „פּריפּעטשיק‟־קינדער שטעלן זיך אויס ווי אַ באַן, זינגענדיק „די באַן איז אַ לאַנגע‟

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published December 04, 2015, issue of December 25, 2015.

ווען טאַטע־מאַמע דערציִען הײַנט די קינדער אויף ייִדיש, קאָן עס זיי ברענגען אַ סך נחת, אָבער ס׳איז אויך אַ גרויסע האָרעוואַניע, וואָס פֿאָדערט געדולד און עקשנות — סײַדן די משפּחה געהערט צו אַ חסידישער קהילה, וווּ מע הערט ייִדיש אומעטום.

ווי איינע, וואָס האָט געמאַכט אַ מאַגיסטער אין קינדער־דערציִונג, איז מיר קלאָר ווי דער טאָג, אַז איינע פֿון די וויכטיקסטע זאַכן בײַם דערציִען קינדער אויף ייִדיש איז זיי צו באַקענען מיט אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע קינדער. ס׳קען נישט זײַן בלויז אַ מאַמע־לשון (אָדער טאַטע־לשון); ס׳דאַרף אויך ווערן אַ „חבֿר־לשון‟. אויב נישט, קאָן ייִדיש מיט דער צײַט ווערן בײַ די קינדער אומרעלעוואַנט און אומאינטערעסאַנט.

אין דער ניו־יאָרקער געגנט ווייס איך פֿון בערך זעקס נישט־חסידישע משפּחות, וווּ איינער אָדער ביידע עלטערן דערציִען הײַנט קליינע קינדערלעך אויף ייִדיש. מיט אַ צוויי יאָר צוריק האָבן זיי אָנגעהויבן צונויפֿברענגען די קינדער עטלעכע מאָל אַ חודש, אָבער מיט דער צײַט האָבן די טרעפֿונגען זיך אָפּגעשטעלט. כ׳האָב שטאַרק געוואָלט העלפֿן אויפֿצולעבן די שפּילגרופּע. צווישן די יאָרן 1983 און 2000 האָב איך טאַקע אָנגעפֿירט, מיט דער הילף פֿון עטלעכע מיט־לערער, מיט אַ ייִדיש־רעדנדיקער קינדער־גרופּע, „פּריפּעטשיק‟, יעדן זונטיק אין דער פֿרי. דאָרט האָבן די קינדער געמאַכט האַנטאַרבעט־און־קונסט, זיך געטיילט מיט שפּילעכלעך, געזונגען לידער, געהערט קינדער־מעשׂיות, און אַפֿילו צוגעגרייט מאכלים — אַלץ אויף ייִדיש.

האָב איך באַשלאָסן ווידער אויפֿצולעבן „פּריפּעטשיק‟, כאָטש איין מאָל אַ חודש, אַז די דאָזיקע קינדער זאָלן האָבן אַ געלעגנהייט צו הערן און רעדן ייִדיש מיט זייערע מיטצײַטלער. אונדזער ערשטע טרעפֿונג איז פֿאָרגעקומען אין אַפּריל, און זינט דעמאָלט איז עס געוואָרן אַ חודשלעכע טראַדיציע. די משפּחות טרעפֿן זיך בײַ מיר אין גאָרטן, מע עסט אַ גיכע פּיצע צוזאַמען, און דערנאָך פֿיר איך אָן מיט די קינדער פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן, בעת די עלטערן זיצן בײַ דער זײַט.

אַ סך פֿון די שפּילן זענען אימפּראָוויזירטע. ווי אַ מיטל אויסצולערנען די קינדער אַלעמענס נעמען, למשל, וואַרפֿן מיר זיך איבער מיט אַ פּילקע, און יעדעס מאָל וואָס איינער וואַרפֿט די פּילקע אַ צווייטן, מוז ער אויסשרײַען זײַן נאָמען.

אַ מאָל ניצן מיר די גאָרטן־מכשירים, צו שאַפֿן אַ שפּיל. איך כאַפּ אָן, למשל, דאָס הענטל פֿון אַ שפּײַזוואָגן; כ׳הייס די קינדער זיך אָנהאַלטן, איינס נאָכן צווייטן, ווי די וואַגאָנען פֿון אַ באַן, און מיר פֿאָרן! דערבײַ זינגען מיר עטלעכע באַן־לידלעך, ווי למשל, מיכל געלבאַרטס ליד:

די באַן איז אַ לאַנגע, אַ לאַנגע אַזאַ!
עס קלאַפּן די רעדער, טאַטאַ־טאַטאַ־טאַטאַ…
עס ציט זיך און ציט זיך, וואַגאָן צו וואַגאָן
און אָט איז אַ סטאַנציע — גלין, גלאָן, גלין, גלאָן!

— ווי אויך ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס לידל (פֿונעם קאָמפּאַקטל, „פֿלי, מײַן פֿלישלאַנג‟):

עס פֿאָרט און פֿאָרט און פֿאָרט אַ באַן
ביז זי קומט אין שטאָט אַרײַן
עס דרייען זיך די רעדער, זיי דרייען זיך כּסדר
או־ו־ו־ו־ו! פֿאָרט אַ באַן אין שטאָט אַרײַן, פֿאָרט אַ באַן אין שטאָט אַרײַן…‟