בריטישע ייִדן בײַטן זיך

British Jews are Changing

Getty Images

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published December 06, 2015, issue of December 25, 2015.

מיט 360 יאָר צוריק, אין דעצעמבער 1655, האָט אָליווער קראָמוועל, וואָס איז דעמאָלט געשטאַנען בראָש ענגלאַנד, צונויפֿגערופֿן אַ גרופּע, וועלכע ער האָט געהאַלטן פֿאַר יחידי־סגולה. די לײַט האָבן פֿאָרגעשטעלט פֿאַרשיידענע עליטאַרע שיכטן פֿון קראָמוועלס כּמו־רעפּובליק: סוחרים, גלחים, מיליטער־לײַט און מלוכה־אָנגעשטעלטע. אויפֿן סדר־היום איז געשטאַנען די פֿראַגע וועגן ייִדן.

ענגלאַנד האָט אין אייראָפּע געשפּילט אַ פּיאָנערישע ראָלע אינעם דורכפֿירן גזירות קעגן ייִדן. פֿריִער פֿון אַנדערע לענדער איז אײַנגעפֿירט געוואָרן אַ צייכן, וואָס אַלע ייִדן האָבן געמוזט טראָגן. די ייִדן האָט מען דערדריקט מיט הויכע שטײַערן; און סוף־כּל־סוף, האָט מען זיי, אין יאָר 1290, אַרויסגעטריבן פֿון דעם לאַנד. קיין פֿאַרלאָזלעכע סטאַטיסטיק פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין יענע טעג איז ניטאָ. מע שאַצט אָפּ, אַז די צאָל אַרויסגעטריבענע איז געווען אַרום צוויי טויזנט נפֿשות.

אין דעצעמבער 1655 איז די פֿראַגע געשטאַנען, צי די ריכטיקע צײַט איז געקומען צו דערלויבן די ייִדן זיך ווידער באַזעצן אין ענגלאַנד. וועגן דעם האָבן צו קראָמוועלן זיך געוואָנדן די ייִדן פֿון האָלאַנד. קיין איין מיינונג איז צווישן די יחידי־סגולה ניט געווען. די סוחרים זײַנען געווען קעגן, ווײַל מע האָט ניט געוואָלט האָבן קיין נײַע קאָנקורענטן. די גלחים זײַנען געווען קעגן ייִדן צוליב רעליגיעזע סיבות; אָבער אַ היפּש ביסל עצה־געבערס האָבן ניט געזען קיין פּראָבלעם מיט עפֿענען די גרענעצן פֿאַר ייִדן. עס זײַנען אויך געווען אַזעלכע גלויביקע קריסטן, וועלכע האָבן געהאַלטן, אַז זיי וועט זיך אײַנגעבן צו שמדן די ייִדן און דערמיט דערנענטערן משיחס קומען. דער סך־הכּל פֿון דער אַסיפֿה איז געווען אַזאַ: מע דאַרף וועגן דעם ווײַטער טראַכטן. פֿאַקטיש האָט מען גענומען פֿאַרמאַכן די אויגן אויף דעם, וואָס אייניקע ייִדן האָבן גענומען זיך באַווײַזן אין לאַנד, און אין פֿינף יאָר אַרום איז עס געוואָרן פּשוט לעגאַל. און אַזוי האַלט זיך עס זינט יענער צײַט.

די נײַע באַריכטן פֿונעם לאָנדאָנער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע פּאָליטישע שטודיעס וואַרפֿן אַ שײַן אויפֿן הײַנטיקן מצבֿ פֿון דעם בריטישן ייִדנטום. איין באַריכט איז פֿאָקוסירט אויף די ישׂראל־געבוירענע בריטישע תּושבֿים. די בריטישע פֿאָלקס־ציילונג פֿון יאָר 2011 האָט רעגיסטרירט 18,178 אַזעלכע לײַט (אין 2001 איז זייר צאָל געווען 12,229). בערך 12 פּראָצענט פֿון זיי געהערן צו ניט־ייִדישע אַמונות, דער עיקר, קריסטן און מוסולמענער. 65 פּראָצענט האָבן אָנגעוויזן זייער אָנגעהעריקייט צו דער ייִדישער אמונה, און 23 פּראָצענט האָבן אָדער אין גאַנצן געמאַכט אַ שווײַג וועגן זייער רעליגיע, אָדער אָנגעוויזן, אַז זיי זײַנען לחלוטין ניט רעליגיעז.

די ישׂראלים, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין גרויס־בריטאַניע (ס’רובֿ פֿאַלן אין ענגלאַנד, בפֿרט אין לאָנדאָן), זײַנען מער וועלטלעך איידער די בריטישע ייִדן: נאָר 45 פּראָצענט פֿון די ישׂראל־געבוירענע ייִדן — אין פֿאַרגלײַך מיט 65 פּראָצענט פֿון אַלע בריטישע ייִדן — זײַנען מיטגלידער פֿון אַ שיל. אַזוי זעט עס אויס דורכשניטלעך. גלײַכצײַטיק, 19 פּראָצענט ישׂראל־געבוירענע ייִדן (אין פֿאַרגלײַך מיט 13 פּראָצענט צווישן אַלע בריטישע ייִדן) וווינען אין די געגנטן, וועלכע זײַנען באַפֿעלקערט, דער עיקר, דורך חרדים. מיט אַנדערע ווערטער, די בריטישע ישׁראלים זײַנען אי וועלטלעכער, אי פֿרימער אין דער זעלבער צײַט.

דער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע פּאָליטישע שטודיעס האָט אויסגעפֿאָרשט אויך די רעליגיעזקייט פֿון בריטישע ייִדן. עס זעט אויס, אַז סוף 20סטן און אָנהייב 21סטן יאָרהונדערט זײַנען שיטערער געוואָרן די רייען פֿון די אָרטאָדאָקסישע, רעפֿאָרמיסטישע און ליבעראַלע ייִדן. באַזונדערס אַ סך — אַ דריטל — האָבן פֿאַרלאָזט די אָרטאָדאָקסישע שילן. גלײַכצײַטיק, בערך אויף 100 פּראָצענט איז אויסגעוואַקסן די צאָל אולטראַ־אָרטאָדאָקסן — די חרדים. דאָס בילד איז אַזאַ: דרײַ־פֿערטל ייִדן, וואָס וואַקסן אויס אין די חרדישע משפּחות, בלײַבן אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה. בײַ די אָרטאָדאָקסן איז עס אַנדערש, דהײַנו: בלויז אַ העלפֿט פֿאַרלאָזט ניט די סבֿיבֿה. דעמאָגראַפֿיש איז עס אַנדערש: אַ חרדישע פֿרוי האָט דורכשניטלעך ניט ווייניקער פֿון זעקס קינדער. דערצו ווערן, יאָר־אײַן יאָר־אויס, חרדיש איין פּראָצענט בריטישע ייִדן — אַזעלכע, וועלכע זײַנען ניט געהאַט געבוירן געוואָרן אין קיין חרדישע משפּחות.

בסך־הכּל באַקומט זיך, אַז אין יאָר 2011 האָבן מער פֿון 40 טויזנט נפֿשות געהערט צום חרדישן סעגמענט פֿונעם בריטישן ייִשובֿ, וואָס האָט דעמאָלט געציילט 271 טויזנט נפֿשות. הײַנט איז די דאָזיקע פּראָפּאָרץ שוין, בלי־ספֿק, אַן אַנדערע — דער ניט־חרדישער סעקטאָר ווערט קלענער, און דער חרדישער האַלט אין איין וואַקסן. מע פּראָגנאָזירט, אַז אין פֿופֿצן יאָר אַרום וועט יעדעס צווייט בריטיש־ייִדיש קינד געבוירן ווערן בײַ די חרדים. דאָס הייסט, אַז דער פּרצוף פֿון בריטישן ייִדנטום וועט זיך דראַמאַטיש בײַטן.