זעקס גראַדן פֿון קעווין בייקאָן — נוסח ווילנער טרופּע

Six Degrees of Kevin Bacon Yiddish Theater Edition


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 08, 2015, issue of December 25, 2015.

פֿאַר די, וואָס קענען ניט גוט די געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער, איז כּמעט אוממעגלעך זיך פֿאָרצושטעלן, וואָס פֿאַר אַ השפּעה די ייִדישע אַקטיאָרן האָבן געהאַט מחוץ דער ייִדישער סבֿיבֿה.

ווי אַ טייל פֿונעם „דיגיטאַלישן ייִדיש־טעאַטער־פּראָיעקט‟ האָט ד״ר דבֿורה קאַפּלאַן פֿון „ברוך־קאָלעדזש‟ געשאַפֿן אַ דיגיטאַלישן מכשיר, וואָס ווײַזט די אומדערוואַרטע פֿאַרבינדונגען צווישן די מיטגלידער פֿון דער „ווילנער טרופּע‟ מיט באַקאַנטע אַמעריקאַנער אַקטיאָרן. מיט איין דרוק אויפֿן קאָמפּיוטער־מײַזל קען מען, למשל, זיך דערוויסן, אַז יעקבֿ בלײַפֿער, אַ געוועזענער מיטגליד פֿון דער „ווילנער טרופּע‟, וואָס איז הײַנט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן, האָט געשפּילט צוזאַמען מיט אַ ריי גאָר באַקאַנטע האָליוווּד־אַקטיאָרן, אַרײַנגערעכנט באָבי דאַרין, האַריסאָן פֿאָרד, קורק דאָגלאַס, סילוועסטער סטאַלאָן, קלאַרק גייבל און העדי לאַמאַר.

דער פֿאַרכאַפּנדיקער מכשיר איז אינספּירירט געוואָרן פֿון אַ מין געזעלשאַפֿטלעכער שפּיל מיטן נאָמען „זעקס גראַדן פֿון קעווין בייקאָן‟, וואָס סטודענטן אין „אַלברײַט־קאָלעדזש‟ האָבן אויסגעטראַכט אין 1994. די סטודענטן האָבן באַמערקט, אַז דורכן אַמעריקאַנער אַקטיאָר קעווין בייקאָן קען מען, מיט 6 טריט אָדער ווייניקער, געפֿינען אַ פֿאַרבינדונג צו כּמעט אַלע אַנדערע אַמעריקאַנער אַקטיאָרן. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס קעווין בייקאָן איז זייער פּאָפּולער, איז ער אַליין געווען אַ צופֿעליקער אויסקלײַב. דער ציל איז געווען צו ווײַזן, ווי נאָענט עס זענען פֿאַרבונדן די אַקטיאָרן פֿון פֿאַרשידענע דורות, וואָס האָבן, אַפּנים, ניט קיין שײַכות איינער מיטן צווייטן.

די גאַנצע שפּיל איז אין תּוך אַ נוסח פֿונעם אונגערישן שרײַבער פֿרידזשעס קאָרינטיס היפּאָטעז פֿון „זעקס גראַדן פֿון צעשיידונג‟, וואָס לייגט פֿאָר, אַז דורך בלויז זעקס טריט קען מען געפֿינען אַ פֿאַרבינדונג צווישן כּמעט אַלע מענטשן אויף דער וועלט. אויב מע וויל זאָגן, למשל, אַז איר, דער לייענער, האָט אַ פֿאַרבינדונג צום אַמעריקאַנער שרײַבער מאַרק טוויין, קען עס קלינגען ווי אַ ריין משוגעת, אָבער לויט דער טעאָריע פֿון „זעקס גראַדן פֿון צעשיידונג‟ קען מען געפֿינען אַ פֿאַרבינדונג דורך אַ מענטש, וואָס איר קענט. אויב מע נעמט אָן, אַז איר קענט, למשל, דעם „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער דורך דער צײַטונג, קען מען פֿון אים גרינג אַריבערשפּרינגען צו מאַרק טוויין אָדער אַפֿילו קעווין בייקאָן. ווי אַזוי? סאַנדלער האָט געקענט דעם אַקטיאָר טעאָדאָר ביקעל ז״ל, וואָס איז געווען דער חבֿר פֿון בעל קאַופֿמאַן ז״ל, דאָס אייניקל פֿון שלום־עליכם; קאַופֿמאַן האָט געקענט שלום־עליכם ווי אַ קינד, און שלום־עליכם האָט געקענט דעם שרײַבער מאַרק טוויין. אַזוי אַרום קען מען זאָגן, אַז איר, דער לייענער, האָט „זעקס גראַדן פֿון צעשיידונג‟ מיטן גרויסן אַמעריקאַנער הומאָריסט און „בלויז‟ פֿינף מיט שלום־עליכם.

אַוודאי, זענען ס׳רובֿ אַזעלכע „פֿאַרבינדונגען‟ מער אויף טשיקאַוועס ווי אָפּשפּיגלונגען פֿון עכטע געזעלשאַפֿטלעכע באַציִונגען. אָבער נאָך דעם וואָס מע קען מיט קאַפּלאַנס אַפּאַראַט זיך דערוויסן וויפֿל „גראַדן אַוועק‟ איז אַ צופֿעליקער אַמאָליקער ייִדישער אַקטיאָר פֿון דזשעק ניקאָלסאָן, קענען די פֿאָרשער אויך זען, וועלכע אַקטיאָרן האָבן זיך געלערנט בײַ וועמען, און ווער זענען געווען זייערע קרובֿים און פֿרײַנד. נאָכן דערוויסן זיך, לשמל, אַז יוסף בולאָף האָט געשפּילט צוזאַמען מיט דזשין העקמאַן, פֿרעד אַסטייר, פּאָול ניומאַן, דזשעק ניקאָלסאָן און נאָך באַקאַנטע האָליוווּד־שטערן, קען מען אויך זיך דערוויסן, אַז דורך זײַן פֿרוי ליובאַ קאַדיסאָן איז ער געווען אַ קרובֿ פֿון אַ ריי אַנדערע ייִדישע אַקטיאָרן. מע קען אויך, פֿאַרשטייט זיך, זיך דערוויסן וועגן אַ סך אַנדערע ווייניק־באַקאַנטע ייִדישע אַקטיאָרן, מיט וועמען ער האָט צוזאַמענגעאַרבעט.

די וועבזײַט פֿונעם מכשיר געפֿינט זיך דאָ: https://s3-us-west-1.amazonaws.com/vilnatroupenetwork/index.html.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.