אונדזער מאָדנע פֿאָלק

Our Odd Nation

Yehuda Blum

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published December 09, 2015, issue of December 25, 2015.

אַנומלטן האָב איך זיך געטראָפֿן מיט מײַן לאַנג־יאָריקן פֿרײַנד אימאַט ע׳. אימאַט איז אַ באַװוּסטער ישׂראלדיקער שױשפּילער, אַן אַראַבער, אַ קריסט און פּשוט אַ גאָלדענע נשמה. פֿון צײַט צו צײַט טרעפֿן מיר זיך אין יפֿו, אין אַ קלײנער קאַװיאַרניע און באַהאַנדלען די פּרטים פֿון אַ נײַער ראָלע, איבער װעלכער אימאַט האָט אָנגעהױבן צו אַרבעטן. אונדזער לעצטע טרעפֿונג, אָבער, איז אַראָפּגעפֿאָרן פֿונעם געװײנטלעכן סדר־היום; דער געשפּרעך האָט זיך ניט געקלעפּט און זיך געדרײט אַרום דעם צופֿעליק אונטערגעהערטן שמועס צװישן צװײ בעדויִנער, װען איך און אימאַט האָבן געװאַרט אין תּל־אָבֿיבֿ אױף אַן אױטאָבוס, כּדי צופֿאָרן צו אונדזער קאַװיאַרניע אין אַלטן יפֿו. די בעדויִנער האָבן גערעדט שטיל אָבער עמאָציאָנעל, און אימאַט האָט מיר איבערדערצײלט דעם תּוכן פֿונעם געשפּרעך. די צװײ בכּבֿודיקע בעדויִנער האָבן באַהאַנדלט אַ װיכטיקן ענין — װיפֿל מענער פֿונעם שבֿט א׳ דאַרפֿן זײ ממיתן, כּדי זיך נוקם זײַן אין אַ צופֿעליקן טױט (בעת אַן אױטאָ־אַװאַריע) פֿון אַ בעדויִנער פֿרױ פֿון זײער אײגענעם שבֿט.

כ׳בין געװען שאָקירט און ניט געװאָלט גלײבן, אַז הײַנטיקע טעג, אין אַ מדינה מיט אַ פֿעסטער און שטרענגער יורידישער סיסטעם, קענען צװײ אירע בירגער זיצן און באַהאַנדלען די באַדינגונגען פֿון אַ באַרבאַרישער טראַדיציע, פֿון אַ בלוט־נקמה. װאָס דאַרפֿסטו זיך חידושן — האָט מיך נאָך מער באַאומרויִקט אימאַט — אױך בײַ די ייִדן עקזיסטירט אַ טראַדיציע פֿון „שן תחת שן, עין תחת עין‟, אַ צאָן פֿאַר אַ צאָן, אַן אויג פֿאַר אַן אױג, און נאָר דאָס קריסטלעכע גלױבן — האָט װײַטער געטענהט אימאַט — רופֿט אונדז אונטערשטעלן די רעכטע באַק, װען מע האָט דיר אַ פּאַטש געטאָן אין דער לינקער.

עס איז איבעריק צו זאָגן, אַז אָנשטאָט באַהאַנדלען אימאַטס נײַע ראָלע, האָב איך געמוזט פּטרן די צײַט, כּדי צו דערקלערן, אַז „אַ צאָן פֿאַר אַ צאָן‟ אאַז”װ מײנט ניט אַנדערש װי אַ יורידישן צוגאַנג בײַם אָננעמען די מאָס פֿון אַ שטראָף־רעפּאַראַציע אין געריכט. אַ װאָרט אַהער, אַ װאָרט אַהין, און סוף־כּל־סוף, זײַנען מיר געקומען צו אַ הסכּמה, אַז די סיבה פֿון די אַכזריותדיקע טאַטן, סײַ פֿון דער בלוט־נקמה און סײַ פֿונעם מעסער־טעראָר, דאַרף מען זוכן אין די גײַסטלעכע חסרונות פֿון דער יסוד־דערציִונג — אין יעדער משפּחה, אין יעדן קינדער־גאָרטן, אין יעדער שול און, און…

פֿאָלג מיך אַ גאַנג!… נאָך מיט פֿינף טױזנט יאָר צוריק האָבן מענטשן פֿאַרשטאַנען, אַז מע טאָר ניט הרגענען, מע טאָר ניט גנבֿענען, מע טאָר ניט זאָגן ליגן, און װאָס?… די דאָזיקע פּרינציפּן זײַנען אַ יסוד פֿון אַלע מאָנאָטעיִסטישע רעליגיעס, און װאָס?… עס העלפֿט װי אַ טױטן באַנקעס. פֿאַרקערט, די אײנפֿאַכע מעלדונג, אַז „גאָט איז גרױס‟ האָט אָנגעהױבן צו שרעקן דעם פּשוטן עולם פֿון אײן עק װעלט ביזן צװײטן. גיט אַ פּרוּװ זיך אָפּצושטעלן אין מיטן עפּעס אַ באַלעבט פּלאַץ אין בערלין, אין תּל־אָבֿיבֿ אָדער אין ניו־יאָרק און גיט אַ געשרײ: „אַלאַהו אַקבאַר‟ (סופּערלאַטיװ פֿון „גאָט איז גרױס‟), און איך בין זיכער, אַז אין אַ רגע אַרום װעט איר בלײַבן שטײן אױף אַ לײדיקן פּלאַץ, אַרומגערינגלט מיט הונדערטער באַװאָפֿנטע קאָמאַנדאָ־פּאָליציאַנטן.