וועלוול טשערנין — לאַורעאַט פֿון „רובינליכט־פּרעמיע‟

Velvl Chernin, Winner of Rubinlicht Prize

פֿון רעכטס: דניאל גלאַי, וועלוול טשערנין און רבֿקה באַסמאַן בן־חיים
Bella Bryks-Klein
פֿון רעכטס: דניאל גלאַי, וועלוול טשערנין און רבֿקה באַסמאַן בן־חיים

פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף

Published December 09, 2015, issue of December 25, 2015.

לעצטנס, איז אין „לייוויק־הויז‟ פֿאָרגעקומען אַן אָוונט, בעת וועלכן עס איז צוגעטיילט געוואָרן די ליטעראַרישע פּרעמיע אויף רובינליכטס נאָמען דעם דיכטער וועלוול טשערנין פֿאַר זײַן לידער־זאַמלונג „אַרבע־כּנפֿות‟. צווישן די געסט האָט מען געזען באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער גאַס: יצחק לודען, דובֿ־בער קערלער, בעלאַ בריקס־קלײַן און אַנדערע. דער דירעקטאָר פֿון „לייוויק־הויז‟, דניאל גלאַי, האָט בײַם אָנהייב פֿון דעם אָוונט פֿאָרגעשטעלט דעם נײַעם לאַורעאַט און פֿאָרגעלייענט דעם באַשלוס פֿון דעם זשורי אין באַשטאַנד פֿון דער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים און דעם שרײַבער און רעדאַקטאָר ישׂראל רודניצקי.

רבֿקה באַסמאַן האָט אין נאָמען פֿון דעם זשורי באַגריסט איר ייִנגערן פּען־ברודער און איבערגעלייענט דרײַ פֿון אירע אייגענע נײַע לידער. איר קלאָרע שטים איז, ווי פֿריִער, קלינגעוודיק, און האָט געדינט ווי אַ קאַמערטאָן צו דער גאַנצער פּראָגראַם. דער מחבר פֿון די שורות האָט, ווי אַ מוזיקאַלישע מתּנה דעם געווינער, אויסגעשפּילט אויף דער פּיאַנע די פּיעסע „אַ פֿריילעכער טאַנץ‟ פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר גריגאָרי קאָפּיטאַ.

נאָך דער אינסטרומענטאַלער באַגריסונג האָט די בינע פֿאַרנומען די זינגערין אירינאַ שטשערבינאַ און איר מאַן, דער קאָמפּאָזיטאָר און פּיאַניסט יעווגעני אָסלאָן. ביידע האָבן זיי עולה געווען פֿון קיִעוו, וווּ אירינאַ האָט זיך געלערנט אין דער קאָנסערוואַטאָריע. שוין אין ישׂראל האָט זי פֿאַרענדיקט די תּל־אָבֿיבֿער מוזיק־אַקאַדעמיע. זי האָט שוין באַוויזן צו זינגען מיט די ישׂראלדיקע סימפֿאָנישע אָרקעסטערס, און זיך באַטייליקן אין די אָפּערע־אויפֿפֿירונגען.

אירינאַ שטשערבינאַ און יעווגעני אָסלאָן
אירינאַ שטשערבינאַ און יעווגעני אָסלאָן

איר מאַן, יעווגעני, האָט אויך פֿאַרענדיקט די תּל־אָבֿיבֿער מוזיק־אַקאַדעמיע, ווי אַ קאָמפּאָזיטאָר. שוין איבער 20 יאָר אַרבעט ער ווי אַ מוזיקאַלישער רעדאַקטאָר אינעם פֿאַרלאַג פֿון ישׂראלדיקער קלאַסישער מוזיק.

אויפֿן קאָנצערט אין „לייוויק־הויז‟ האָבן זיי פֿאָרגעשטעלט אַ מין טריפּטיך פֿון אָסלאָן פֿון די לידער פֿון דרײַ ייִדישע דיכטערינס: רבֿקה באַסמאַן, ברורי חיקע און גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט. מע דאַרף זאָגן, אַז די עליטאַרע מוזיק פֿון אָסלאָן, איר מאָדערנע שפּראַך איז גאָר נישט גרינג אויפֿצונעמען. אָבער דער אויסדרוקפֿולער וואָקאַל און וואַרעמער ייִדיש פֿון דער זינגערין האָבן פֿאַרכּישופֿט דעם עולם.

נאָכן באַקומען די אַלע מוזיקאַלישע מתּנות האָט וועלוול טשערנין גענומען די לייצעס פֿונעם אָוונט אין זײַנע הענט. ער האָט גערעדט אויף ייִדיש און זיך אַליין איבערגעזעצט אויף עבֿרית און רוסיש, אַז אַלע אין זאַל זאָלן אים פֿאַרשטיין. ער האָט זיך דערמאָנט, אַז בשעתן קומען קיין ישׂראל, האָבן די אַלטע ייִדישע שרײַבער זיך געחידושט, אַז אַזאַ יונגער בחור, דערצו נאָך פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, קען פֿרײַ רעדן אויף ביידע שפּראַכן — ייִדיש און עבֿרית.

דערנאָך האָט טשערנין געלייענט זײַנע לידער פֿון דער ערשט דערשינענער זאַמלונג, אַרויסגעגעבן פֿון „לייוויק־פֿאַרלאַג‟ מיט דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש‟. די זאַמלונג „אַרבע־כּנפֿות‟ נעמט אַרײַן לידער פֿון פֿאַרשידענע צײַטן, שטימונגען און פּאָעטישע פֿאַרבן, אָנגעשריבן אין רוסלאַנד, אוקראַיִנע, גרוזיע, אונגערן, טשעכיע — מיט איין וואָרט, אין די ערטער, וווּ דער פּאָעט איז אויסגעווען. פֿאַרשטייט זיך, ס׳רובֿ לידער זײַנען פֿאָרט געשאַפֿן געוואָרן אין ישׂראל. בהדרגה, זײַנען פּאָעטישע לידער אַריבערגערונען אין מוזיקאַלישע לידער, וועלכע עס האָבן אויסגעזונגען וועלוול טשערנין מיטן מוזיקער גרשון לייזערזאָן.

גרשון איז געבוירן געוואָרן אין רוסלאַנד און געקומען קיין ישׂראל מיט זײַנע עלטערן אין 1991, אין דער עלטער פֿון צען יאָר. פֿון קינדווײַז אָן האָט ער זיך געלערנט שפּילן פֿידל, פּיאַנע, געזונגען און צוגעטראַכט מעלאָדיעס. אין יאָר 2000 איז ער אָנגעקומען אין דער מוזיק־אַקאַדעמיע, תּל־אָבֿיבֿ. נאָך אַ סטודענט, איז גרשון פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון דער קלעזמער־מוזיק און ייִדיש. געשאַפֿן זײַן קלעזמער־גרופּע „נײַער ניגון‟, איז ער מיט איר אַרומגעפֿאָרן גאַנץ ישׂראל. זײַן פֿאַרטיפֿערן זיך אין דער ייִדישער קולטור, האָט אים געבראַכט אין דעם ירושלימער אוניווערסיטעט, וווּ ער שטודירט ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור.

וועלוול און גרשון האָבן געזונגען מיט ברען און רעש, און אַפֿילו זיך געלאָזט אין אַ טענצל אויך. די געסט אין זאַל האָבן עס אַוודאי געהעריק אָפּגעשאַצט.

דעם לעצטן פּונקט אינעם אָוונט האָט געשטעלט רבֿקה באַסמאַן, וואָס האָט איבערגעלייענט איר ליד, לכּבֿוד דעם לאַורעאַט. וועלוולס נאָענטער פֿרײַנד, דבֿ־בער קערלער, האָט אים אויך באַגריסט; ער איז דאָך נישט סתּם אַ גאַסט, נאָר אויך אַ שותּף בײַם אַרויסלאָזן די לידער־זאַמלונג — דער רעדאַקטאָר פֿון „אַרבע־כּנפֿות‟. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער לחיים נאָכן פֿײַערלעכן טייל איז געווען פּונקט צום אָרט און צײַט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.