יעווגעני קיסין און „לידער מיט אַ ייִדישן טעם‟

Evgeny Kissin and "Songs with a Jewish Flavor"

פֿון‭ ‬רעכטס‭ :‬גענאַדי‭ ‬עסטרײַך‭,‬ באָריס‭ ‬קאָרטשעסקאָ‭,‬ נחום‭ ‬און‭ ‬ריטאַ‭ ‬קויפֿמאַן‭,‬ באָריס‭ ‬סאַנדלער‭ ‬און‭ ‬יעווגעני‭ ‬קיסין
Vitaliy Orlov
פֿון‭ ‬רעכטס‭ :‬גענאַדי‭ ‬עסטרײַך‭,‬ באָריס‭ ‬קאָרטשעסקאָ‭,‬ נחום‭ ‬און‭ ‬ריטאַ‭ ‬קויפֿמאַן‭,‬ באָריס‭ ‬סאַנדלער‭ ‬און‭ ‬יעווגעני‭ ‬קיסין

פֿון לייזער בורקאָ

Published December 10, 2015, issue of December 25, 2015.

אונדזער ייִדיש־וועלטל איז רײַך אין טאַלאַנט — מיר האָבן אַ סך שע­פֿערישע מענטשן: מוזיקער, קינסט­לער, שרײַבער וכדומה. אָבער מיר האָבן הײַנט בלויז איין שטערן, וואָס איז טאַקע באַרימט איבער דער גאַנצער וועלט: דער קלאַסישער פּיאַ­ניסט יעווגעני קיסין.

אַ מאָל זײַנען געווען אַ סך באַ­קאַנטע מוזיקער, וואָס האָבן געקענט ייִדיש: יאַשאַ חפֿץ, דוד אויסטראַך, אַרטור רובינשטיין, וולאַדימיר האָראָ­וויץ. זיכער האָבן זיי בעסער גערעדט רוסיש אָדער פּויליש, אָבער אין זייער דור האָט מען דערבײַ נישט פֿאַרגעסן אינעם פּינטעלע ייִדיש אויך. הײַנט האָבן מיר נאָר קיסין, וואָס האָט זיך אויסגעלערנט זײַן באָבע־לשון שוין ווי אַ דערוואַקסענער.

זיצנדיק אין זאַל בעתן קאָנצערט „סאָוועטישע לידער מיט אַ ייִדישן טעם‟ אין „ייִוואָ‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, דעם 6טן דעצעמבער, בין איך געווען זייער צופֿרידן, וואָס קיסין באַטייליקט זיך דערין. פֿאַרבונדן האָט אים מיט דער פּרעזענטאַציע־פּראָגראַם זײַן ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם באַקאַנטן רוסישן ליד „פֿינצ­טערע נאַכט‟, געזונגען פֿון ריטאַ און נחום קויפֿמאַן; זײַן פּערזענלעכער אויפֿטריט, אפֿשר אין גאַנצן פֿופֿצן מינוט, איז אָבער געווען דער הויכ­פּונקט פֿונעם אָוונט. אין רוסלאַנד איז נאָך אָנגענומען, אַז אַ פּאָעט זאָל רעציטירן זײַנע לידער פֿאַר אַן עולם אויף אויסווייניק. בײַ אונדז אין אַמעריקע קען אַזאַ מין דעקלאַמאַציע מאַכן אַ באָמבאַסטישן אײַנדרוק, ווי אַ פֿאַרצײַטישער פּאָעט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט וואָלט אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים. קיסין דעקלאַמירט מיט טאַקט און מיט קליינע ניואַנסן, ניצנדיק זײַן קול ווי אַן אמתן אינסטרומענט.

וועגן קיסינס שפּילן אויף דער פּיאַנע (אַלכּסנדר קריינס אַ שטיק) איז ניט שייך קיין קריטיק: ער איז אַ יחיד־במינו. אָבער וויפֿל פֿון זײַן טאַלאַנט קענען מיר, ייִדישיסטן, בײַ אים נעמען? ס׳מוז זײַן מיט אַ מאָס.

יעווגעני‭ ‬קיסין‭ ‬גיט‭ ‬אַן‭ ‬אויטאָגראַף
Boris Profis
יעווגעני‭ ‬קיסין‭ ‬גיט‭ ‬אַן‭ ‬אויטאָגראַף

דער גרעסטער טייל פֿונעם קאָנ­צערט איז באַשטאַנען פֿון לידער פֿונעם נײַעם אַלבאָם „לידער מיט אַ ייִדישן טעם‟, געזונגען פֿון נחום און ריטאַ קויפֿמאַן. כּמעט אַלע לידער, געשאַפֿן פֿון באַ­קאַנ­טע סאָווע­טישע קאָמפּאָזיטאָרן, זײַנען געווען פּאָפּולער אין ראַטן־פֿאַר­באַנד, קודם־כּל, אַ דאַנק די פֿיל­מען, צו וועלכע זיי זײַנען געשאַפֿן געוואָרן. מיט די לידער און פֿילמען איז אויפֿגעוואַקסן נישט איין דור, בתוכם די באַטייליקטע אין דעם קאָנצערט. וועגן דעם האָט דער­מאָנט אין זײַנע קאָמענטאַרן פּראָפֿ׳ גענאַדי עסטרײַך.

ס׳רובֿ טעקסטן צו די מעלאָדיעס האָט אָנגעשריבן און איבערגעזעצט אויף ייִדיש באָריס סאַנדלער. זיכער, אַז בײַ אַ סך מענטשן אין זאַל, באַ­זונדערס געוועזענע בירגער פֿון דעם לאַנד, וואָס עקזיסטירט שוין מער נישט, האָט די פּראָגראַם אַרויסגערופֿן נאַסטאַלגישע געפֿילן. אויך די אויס­צוגן פֿון די אַלטע פֿילמען, וואָס האָבן גלײַכצײַטיק געשפּילט אויפֿן עקראַן, צוזאַמען מיט דער איבערזעצונג אויף ענגליש, האָבן אויסגענומען און צוגעגעבן צו דער אַלגעמיינער פּראָגראַם.