חנוכּה אין קײַפֿענג

Hanukkah in Kaifeng

אַ גרופּע קײַפֿענגער ייִדן פּראַווען חנוכּה הײַיאָר
Shavei Israel
אַ גרופּע קײַפֿענגער ייִדן פּראַווען חנוכּה הײַיאָר

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 11, 2015, issue of January 08, 2016.

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/3690)

אין דער ייִדישער פּרעסע האָבן זיך הײַנט פֿאַרשפּרייט אַרטיקלען וועגן דעם, ווי אַזוי די קליינע אָרטיקע ייִדישע קהילה פּראַוועט איצט חנוכּה אין דער כינעזישער שטאָט קײַפֿענג. די אָרגאַניזאַציע „שבֿי־ישׂראל‟, וואָס זוכט אויס פֿאַרלוירענע ייִדישע שבֿטים און שטרעבט אָפּצוהיטן די פֿאַרשווינדנדיקע ייִדישע קהילות אַרום דער וועלט פֿון אַסימילאַציע, פֿאַרברענגט איצט אין כינע מיט די לעצטע קײַפֿענגער ייִדן. מיט אַ פּאָר טעג צוריק, זענען ווידעאָ־פֿראַגמעטן פֿון דער דאָזיקע נסיעה דערשינען אויפֿן „יוטוב‟.

אַ טייל פּרעסע־אַרטיקלען וועגן דעם האָבן אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן סענסאַנציאָנעלן טעם. אין דער וועבזײַט פֿונעם ישׂראלדיקן „זיבעטן קאַנאַל‟ האָט מען דערציילט, אַז „אַזוי ווי מיליאָנען‟ ייִדן אַרום דער וועלט, האָבן צענדליקער ייִדישע מענער און פֿרויען זיך פֿאַרזאַמלט אין כינע צו זינגען „מעוז צור‟ צוזאַמען. הגם די פֿאַרזאַמלטע זעען אויס ווי טיפּישע כינעזער, האָבן די מחברים צוגעגעבן, אַז זיי שטאַמען פֿון די אוראַלטע ייִדן און זענען שטאָלצע נאָכפֿאָלגער פֿון די בראַווע מכּבים.

Shavei Israel

כינע, ווי ס’איז באַקאַנט, איז אַ ריזיק לאַנד מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 1.35 מיליאַרד נפֿשות, וווּ עס וווינען 55 אָפֿיציעל אָנערקענטע מינאָריטעט־גרופּעס. אין ביידזשין, שאַנכײַ און נאָך אַ טוץ כינעזישע שטעט זענען שוין לאַנג פֿאַראַן חב״ד־צענטערס. אַ צאָל רבנים וווינען שטענדיק דאָרטן, כּדי צו פֿאַרזיכערן דאָס כּשרות פֿון די אָרטיקע עקספּאָרטירטע פּראָדוקטן. אַפֿילו די שפּילעכלעך מיט ייִדישע אויפֿשריפֿטן באַשטעלן די סאַטמאַרער געשעפֿטסלײַט אין כינע און, מסתּמא, פֿאָרן זיי אַהין צוליב זייערע עסקים.

דער חידוש פֿון די קײַפֿענגער ייִדן באַשטייט דווקא אין דעם, וואָס זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן אייגנאַרטיקע עדה, וועלכע האָט במשך פֿון הונדערטער יאָר גערעדט אויף כינעזיש און געשאַפֿן אַן אייגענע פֿאָלק־טראַדיציע. „מעוז צור‟ פֿלעג מען ביז לעצטנס כּמעט זיכער נישט זינגען, ווײַל דער דאָזיקער פּאָפּולערער פּיוט שטאַמט דאָך פֿון דער מיטל־עלטערלעכער מערבֿ־אייראָפּע. לאַטקעס, מיט אַ גאָפּל צי מיט הילצערנע שטעקעלעך, האָבן זיי אויך אין כינע נישט געגעסן. זיכער האָבן זיי אָבער זייערע אייגענע אָריגינעלע טראַדיציעס, וועלכע ס’וואָלט כּדאַי געווען אויסצופֿאָרשן און אָנצוהאַלטן.

אַ ייִדישע קהילה האָט עקזיסטירט אין קײַפֿענג נאָך מיט איבער טויזנט יאָר צוריק. אַ שיל־גבאַי האָט בײַ זיי געהייסן אַ „מולאַ‟ — אַ סימן פֿון אַ היסטאָרישער פֿאַרבינדונג מיט פּערסיע. די קײַפֿענגער ייִדן האָבן איבערגעלאָזט גאָר אינטערעסאַנטע כּתבֿ־ידן, וווּ כינעזיש ווערט באַגלייט מיט ייִדיש־פּערסיש. וואָס שייך זייער אָפּשטאַם, איז קלאָר, אַז זיי שטאַמען, אין אַ גרויסער מאָס, פֿון די אָרטיקע גרים, אָדער האָבן זיך במשך פֿון דורות היפּש אויסגעמישט מיט די כינעזער.

אַזוי ווי אין די אַנדערע עדות, האָבן די קײַפֿענגער ייִדן צומאָל געשריבן אויף כינעזיש מיטן ייִדישן אַלף־בית. אין אַן אָרטיקן פּינקס פֿונעם 17טן יאָרהונדערט געפֿינט מען אַ סך אַזעלכע ייִדיש־כינעזישע אויסדרוקן. אין פֿאַרגלײַך מיט די אָרטיקע מוסולמענער, וועלכע האָבן צוגעטראַכט אַ מעטאָד, וואָס דערמעגלעכט איבערצוגעבן די גענויע כינעזישע פֿאָנעטיק מיט די אַראַבישע אותיות, זעט אויס, אַז די אָרטיקע ייִדן האָבן נישט אויסגעאַרבעט אַן ענלעכע חכמה; דער געוויינטלעכער ייִדישער אַלף־בית איז אַ שוואַכער מיטל צו שרײַבן כינעזיש.

מיט 4 יאָר צוריק, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ווידעאָ־רעפּאָרטאַזש פֿון אונדזער קאָרעספּאָנדענט שמואל פּערלין, וועלכער האָט דערציילט, ווי אַזוי ער האָט געפּראַוועט פּסח אין קײַפֿענג און באַקענט אונדז מיט דער געשיכטע פֿון דער דאָרטיקער ייִדישער קהילה. ווען קײַפֿענג איז געווען אַ וויכטיקע קאָסמאָפּאָליטישע שטאָט אויפֿן „זײַדענעם וועג‟, האָט זיך דאָרטן נאַטירלעך צעבליט דאָס ייִדישע לעבן. לויט דער אָפֿיציעלער כינעזישער סטאַסיסטיק, באַטרעפֿט די אָרטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג נאָך אַלץ בערך 400־500 ייִדן, הגם בלויז אַ קליינער טייל פֿון זיי פּראַווען די ייִדישע יום־טובֿים.