ווען וועט מען שוין דערלעבן צו אהבֿת־ישׂראל?

When Will We Achieve Brotherly Love?

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published December 11, 2015, issue of January 08, 2016.

נעמט זיך אין זינען, אַז אונדזער רבונו־של־עולם האָט זיך, נישט מיר נישט דיר, גאַנץ אומגעריכט פֿאַרוואַנדלט אין אַ דרײַלינג, אין אַ טרויקאַ. מ’האָט אים בײַ אונדז אויסגעכאַפּט און אים פֿאַרוואַנדלט אין אַ גאָט פֿון די קריסטן. האָבן זיך די מחמעדאַנער אַרומגעקוקט און אים צוגעלקחנט פֿאַר זיך. מען האָט נאָר געביטן די נעמען. בײַ אונדז הייסט ער “אלקים”, בײַ די קריסטן — “גאָט פֿון אונדזערע פֿאָטערס”, און בײַ די מחמדאַנער “אַללאַ”. דאַכט זיך, דער זעלבער סוזשעט, איבערגעניצעוועט.

נישט געקוקט אויף דעם אַלעם, האָט אונדזער “מלך־המלכים” זײַן ליבע געשאָנקען דעם פֿאָלק, וואָס האָט געבראַכט דער וועלט די עשׂרת־הדיברות, די צען געבאָט, וווּ ס’שטייט בפֿירוש געשריבן, “אל־תרצח” — זאָלסט נישט מאָרדן. די אומות־העולם האָבן ממש אַדאַפּטירט דעם “אל־תרצח”. זיי האַלטן זייער שטאַרק פֿון דעם געבאָט, פּוצן אַפֿילו אויס די ווענט פֿון זייערע הייליקע געבעט־הײַזער; זיי באַצירן מיט די עשׂרת־הדיבות די ווענט פֿון זייערע געריכט־הײַזער, וווּ מ’האַנדלט מיט “יושר און גערעכטיקייט”. די צרה איז אָבער, וואָס דער “אל־תרצח” איז בײַ זיי בלויז געבליבן אַ דעקאָראַציע, נישט קיין דעקלאַראַציע.

האָבן זיי זיך אָנגעזעצט אויף איין פֿאָלק, און בלויז איין פֿאָלק. מען האָט אונדז ייִדן באַשולדיקט אין זײַן צו רײַך, צו אָרעם, צו איזאָלירט, צו אַסימילירט, צו קלוג, צו כיטרע, צו איבערשפּיציק, צו אָפּגעשטאַנען, צו פּרימיטיוו, צו פֿרעמד, צו נאָענט, שוין אָפּגערעדט, פֿון גאַנצע גזירות, פֿון וועלכע זיי האָבן זיך קיין מאָל נישט רײַנגעוואַשן.

פֿון וואַנען האָט זיך גענומען צו זיי אַזאַ שׂינאת־מוות, געצילט צו אונדז ייִדן? נאָך יאָרהונדערטער פֿון פֿאַרשוועכן דעם “אל־תרצח,” איז שוין דער ייִדן־האַס געוואָרן פֿולבלוטיק, אָנגענומען מוסקלען און פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין פֿאַרברעכן, רציחה, און הריגה.

קום איך צו גיין, און וויל זיך אײַנשטעלן, נישט חלילה פֿאַר די אַזוי גערופֿענע “ציוויליזירטע” אומות־העולם, נאָר פֿאַר אונדז ייִדן זעלבסט, פֿאַר אונדזערע אייגענע אַחינו־בני־ישׂראל. אונדזערע ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרדרייט די יוצרות און אויסגעביטן דעם שׂכל־הישר אויף פּולווער־צילנדיקן פֿײַל פֿון בויגן קעגן זייער אייגן פֿאָלק, קעגן זיך אַליין.

מיר לײַדן שוין הײַנט אויף דער זעלביקער קרענק וואָס די וועלט האָט אונדז צוגעשטעלט: פֿון דעם ברויזנדיקן אַנטיסעמיטיזם, קנאה־שׂינאה און האַס, נאָר דאָס מאָל איז דער זעלבסטהאַס געצילט אויפֿן אייגענעם פֿאָלק. אונדזער טעמפּעראַטור הייבט זיך, ווען מיר שטימען נישט אײַן איינער מיטן אַנדערן פּאָליטיש, אידעאָלאָגיש, נאַציאָנאַל, קולטורעל, שפּראַכלעך, רעליגיעז און היסטאָריש.

נעמט זיך אין זינען ווי נישט אייניק מיר זײַנען ווי אַ פֿאָלק. ווען איינער געהערט צום לינקן פֿליגל, און דער צווייטער צום רעכטן, דעמאָלט איז הימל עפֿן זיך. די פֿרומע רופֿן די וועלטלעכע — שׂונא־ישׂראל. זיי אַנערקענען נישט די רעפֿאָרמירטע, די קאָנסערוואַטיווע, שוין אָפּגערעדט פֿון „עטיקאַל קאָלטשור‟ און סעקולערע ייִדן בראש.

אָט האָט איר זיי: סאַטמאַר קעגן ליובאַוויטש; לאַנגע קאַפּאָטעס קעגן קורצע יאַקעס, לאַנגע פֿאות קעגן גלאַטיק־ראַזירטע פּנימער, שטרײַמלעך קעגן קאַפּעליושן, וויזשניצער זמירות קעגן די באָבאָווער. די גמרא האַלט נישט פֿון דער “צאינא־וראינא”, נישט מער ווי אַ בוך פֿאַר ווײַבער און מיידלעך. ווי קומט עס צום מענערישן תנ”ך? ייִדישיסטן קעגן העברעיִסטן, אשכּנזים קעגן ספֿרדים, גאַליציאַנער קעגן ליטוואַקעס, געפֿילטע פֿיש מיט צוקער און אָן צוקער, קעגן דעם פּוילישן קאַלטן גאַלע (פּטשאַ) אַנשטאָט דער ליטוואַקישער הייסער פֿוס־נאָגע.

ייִדן רעפּובליקאַנער קעגן ייִדן דעמאָקראַטן, קעגן אַ ייִדן, וואָס בײַט זיך זײַן נאָמען “כּהן” אויף קאָווען; קעגן זילבערמאַן, וואָס בײַט זײַן נאָמען אויף כּספּי, און קעגן גאָלדבערג אויף הר־זהבֿ.

און דאָס האָב איך נאָך נישט אָנגערירט אַ לעק איבער דער סטעצקע פֿון קעגנערשאַפֿט קעגן וואָס אויז אונדזערס.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.