ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

דער נײַער אַרגענטינער פּרעזידענט מאַורוציאָ מאַקרי מיט זײַן פֿרוי צינדן אָן אַ חנוכּה־מנורה
דער נײַער אַרגענטינער פּרעזידענט מאַורוציאָ מאַקרי מיט זײַן פֿרוי צינדן אָן אַ חנוכּה־מנורה

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published December 10, 2015, issue of January 08, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דער נײַער פּרעזידענט רופֿט „אויפֿצוהערן מיט נאַרישע קאָנפֿראָנטאַציעס‟

דאָנערשטיק, דעם 10טן דעצעמבער, איז די דאַטע, װאָס די אַרגענטינער קאָנסטיטוציע באַשטימט, אַז דער נײַ־אויסגעװיילטער פּרעזידענט זאָל באַקומען פֿון דעם אַװעקגייענדיקן פּרעזידענט די מאַכט. נאָך דעם װי די פּאָפּוליסטישע פּעראָניסטישע פּאַרטיי האָט פֿאַרלוירן די װאַלן, איז אַרומגעגאַנגען אַ השערה, אַז דער פּרעזידענטין קירכנער װעט נישט אָנשטיין זיך „אַראָפּנעמען אַ בילד, װוּ זי שטייט לעבן דעם נײַעם פּרעזידענט, אַ נעאָ־ליבעראַל, װאָס איז קעגן איר נאַציאָנאַלן און פּאָפּולערן פּראָיעקט‟. און אַזוי איז עס טאַקע פֿאָרגעקומען; אַזוי איז עס טאַקע געװען. תּירוצים צו קאָמפּליצירן דעם אַקט פֿון איבערגאַנג האָבן פֿאַרװאַנדלט אַ ריי פֿאָרמעלע טרעפֿונגען אין אַ שונד־ראָמאַן פֿון ביליקן טעאַטער.

דער סוף איז געװען, אַז זי האָט זיך נישט באַװיזן אויף דער צערעמאָניע, און זינט 1853, װען דער ערשטער אַרגענטינער פּרעזידענט האָט איבערגענומען די מאַכט, איז דער אַװעקגייענדיקער פֿירער נישט בײַגעװען. אַפֿילו װען די גענעראַלן פֿון די פֿאַרשיידענע רעװאָלוציאָנערע פּראָצעסן האָבן איבערגעגעבן די רעגירונג דעמאָקראַטישע אַדמיניסטראַציעס, איז אַזאַ זאַך נישט פֿאָרגעקומען. נאָך 12 יאָר האָבן אָנגעהויבן בלאָזן נײַע װינטן אין אַרגענטינע. מאַוריציאָ מאַקרי האָט מען אײַנגעשװוירן פֿאַרן קאָנגרעס, און אין פּרעזידענטן־הויז האָט דער פּראָװיזאָרישער פּרעזידענט פֿון סענאַט אים אָפֿיציעל נאָמינירט װי דער נײַער פּרעזידענט.

אין זײַן װאָרט פֿאַרן קאָנגרעס האָט מאַקרי גערופֿן אויפֿצוהערן מיט נאַרישע קאָנפֿראָנטאַציעס, און אָנגעהויבן אַ קאַמף קעגן אָרעמקייט, נאַרקאָטיק און קאָרופּציע.

די נײַע רעגירונג האָט אויסגעמיטן די קאַטוילישע צערעמאָניע אין דער קאַטעדראַל, דעם „טע דעום‟, אויפֿגענומען די אָפֿיציעלע געסט, װאָס זײַנען געקומען פֿון דער גאָרער װעלט, און אין אָװנט האָט מען דורכגעפֿירט אַ קאָנצערט אינעם „טעאַטער קאָלאָן‟.

זײַנע מיניסטאָרן, סענאַטאָרן און דעפּוטאַטן האָבן אין אינטערװיוען צוגעזאָגט רעװידירן דעם אָפּמאַך מיט איראַן, פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אונטערהאַנדלען דעם אַרגענטינער חובֿ, און צוגעזאָגט אויספֿאָרשן ניסמאַנס טויט.

עס האָט גערופֿן די אויפֿמערקאַמקייט, אַז אַ סך מיניסטאָרן און טעכניקער פֿון דער פֿריִערדיקער אַדמיניסטראַציע, װאָס האָבן אַרויסגעװיזן געניטקייט, ערלעכקייט און דערפֿאָלג, זײַנען פֿאַרבעטן געװאָרן ממשיך זײַן מיט זייערע טעטיקייטן.

װי אַמבאַסאַדאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז באַשטימט געװאָרן דער אָנפֿירער פֿון אַן אָפּאָזיציע־פּאַרטיי, אָבער מיט הויך־קװאַליפֿיצירטע עקאָנאָמישע פֿעיִקייטן; און װי אַמבאַסאַדאָר אין כינע, אַ לאַנד, מיט װעלכער די פֿריִערדיקע רעגירונג האָט אונטערגעשריבן סודותדיקע אָפּמאַכן, װאָס מען דאַרף רעװידירן, דיעגאָ געלאַר, אַן אייניקל פֿון די קאָלאָניעס פֿון באַראָן הירש אין דער פּראָװינץ ענטרע ריאָס — אַ פּעראָניסט, אַ באַנקיר, װאָס איז שוין געװען אַמבאַסאַדאָר אין װאַשינגטאָן.


חנוכּה אין דער קהילה און בײַם נײַעם פּרעזידענט אין הויז

חנוכּה װערט געפֿײַערט אין אַלע קהילות און אינסטיטוציעס פֿון גאַנצן לאַנד. מיטװאָך, דעם 9טן דעצעמבער, האָט די „דאַיאַ‟ פֿאַרבעטן צו דער צערעמאָניע פֿון אָנצינדן דאָס פֿערטע ליכטל פּאָליטיקער, באַאַמטע פֿון נאַציאָנאַלע אינסטיטוציעס און געסט. דעם זעלבן טאָג איז פֿאָרגעקומען אַ רעליגיעזער קאָנצערט אין דעם טעמפּל פֿון דער קאָנגרעגאַציע, וווּ כאָרן פֿון פֿאַרשיידענע געמיינדעס האָבן אינטערפּרעטירט צוגעפּאַסטע לידער, און די אָנװעזנדיקע האָבן מיטגעבראַכט זייערע חנוכּה־לעמפּלעך, און אָנגעצונדן אויף אַ קאָלעקטיװן אופֿן די ליכטלעך.

די קהילה האָט אָרגאַניזירט דאָנערשטיק, דעם 10טן דעצעמבער, אַ ספּעקטאַקל מיט לידער און טענץ אין דעם טעאַטער־זאַל פֿון דער „העבראַיקאַ‟, װוּ הונדערטער קינדער האָבן פֿאַרבראַכט. אָבער דער ייִשובֿ האָט באַװוּנדערט די צערעמאָניע, װאָס דער אויסגעװיילטער פּרעזידענט, מאַקרי, האָט אָרגאַניזירט בײַ זיך אין דער היים, וווּ ער און זײַן פֿרוי, כוליאַנאַ אַואַדאַ, אַן אָפּשטאַמיקע פֿון לבֿנונער און סיריער פֿון מוסולמענישן גלויבן, האָבן פֿאַרבעטן צו זיך אַהיים ספּעציעלע געסט און אָנגעצונדן דאָס פֿערטע ליכטל.


אַ קבלת־שבת פֿון ייִוואָ פֿאַר איבער 100 תּלמידים  

דער אַרגענטינער ייִװאָ האָט געשלאָסן פֿרײַטיק, דעם 4טן דעצעמבער, די הײַיאָריקע טעטיקייטן אין די שולן פֿון לאַנד מיט אַ קבלת־שבת פֿאַר איבער 100 תּלמידים פֿון 6טן קלאַס פֿאָלקשול אין דער “ח. נ. ביאַליק־שול” פֿון דער געגנט דעװאָטאָ פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס. אַזעלכע אַקטיװיטעטן װערן דורכגעפֿירט אין ייִדישע און נישט־ייִדישע שולן פֿונעם גאַנצן לאַנד, וווּ מען דערציילט די תּלמידים, װאָס איז דער ייִװאָ, װאָס איז ייִדיש און װי מען האָט אָפּגעראַטעװעט די קאָלעקציעס נאָכן אַטענטאַט אויפֿן בנין פֿון דער קהילה דעם 18טן יולי, 1994. אַזעלכע טרעפֿונגען זײַנען שוין פּלאַנירט געװאָרן פֿאַרן גאַנצן יאָר 2016.


פּלאַנירטע טעטיקייטן פֿאַר די זומער־חדשים

די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט שוין אָנגעהויבן די פּלאַנירטע טעטיקייטן פֿאַר די זומער־חדשים. דער עלטערער דור האָט שוין אָנגעהויבן די װעכנטלעכע עקסקורסיעס מיט אַקטיװיטעטן, אָנגעפֿירט פֿון ספּעציאַליסטן. אויטאָבוסן פֿאָרן אַרויס פֿון שטאָט אין ייִדישע קלובן פֿון ייִדישע שטעט אַרום דער שטאָט און מען פֿאַרװײַלט דאָרט אַ גאַנצן טאָג.