אַבֿרהם־צבֿי אידלזאָן: דער וויזיאָנער פֿון ייִדישער מוזיק

Abraham Zvi Idelsohn: Visionary of Jewish Music


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published December 13, 2015, issue of January 08, 2016.

ס’רובֿ פֿאָרשער און אַקאַדעמיקער האָבן אין זינען אַ באַגרענעצטע טעמאַטיק, אָדער פֿעלד פֿון פֿאָרשונג, אָבער אין יעדן דור ווײַזן זיך אַרויס געציילטע געלערנטע מיט אַ זעלטענער ברייטער וויזיע.

דער היסטאָריקער שמעון דובנאָוו איז געווען אַזאַ: ווער וואָלט הײַנט געהאַט די „חוצפּה‟ איינער אַליין אָנצושרײַבן אַ וועלט־געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין צען בענד? פֿאַר אַזאַ אונטערנעמונג וואָלט מען, קודם־כּל, געדאַרפֿט שאַפֿן אַ מיליאָן דאָלער, דערנאָך צונויפֿשטעלן איין מאַנשאַפֿט היסטאָריקער פֿאַר די ביבלישע צײַטן, אַן אַנדער מאַנשאַפֿט פֿאַרן מיטלאַלטער, און אַזוי ווײַטער; אָבער אַז איין מענטש זאָל אַפֿילו טראַכטן די טעג אויפֿצוטאָן אַזאַ פּראָיעקט אָן שום הילף, וואָלט מען אויף אים געקוקט ווי אויף אַ משוגענעם.

אין דער וועלט פֿון ייִדישער מוזיק איז געווען איינער אַזאַ „משוגענער‟ — אַבֿרהם־צבֿי אידלזאָן, וועלכער האָט געוואָלט פֿאַרשטיין און פֿאָרשן נישט בלויז די ייִדישע מוזיק פֿון די אַשכּנזים אָדער ספֿרדים, נאָר די ייִדישע מוזיק פֿון אַלע עדות אַרום דער וועלט. נאָך דעם ווי ער האָט געזאַמלט לידער, ניגונים און תּפֿילות פֿון אַלע גרופּעס, האָט ער אָנגעהויבן זיי צו פֿאַרגלײַכן, און אויסצוקלערן, צי מע קען קומען צו געוויסע אַלגעמיינע מסקנות וואָס שייך דער ייִדישער מוזיק.

אויפֿן פֿעלד פֿון דער אַמעריקאַנער פֿאָלקמוזיק איז געווען אַן ענלעכער פֿאָרשער פֿון אַזאַ שניט, וואָס האָט געהייסן אַלען לאָמאַקס. ווי אַ קינד, בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, איז ער אַרומגעפֿאָרן מיט זײַן טאַטן, דזשאַן לאָמאַקס, און געזאַמלט די לידער פֿון די „קאַובויס‟. שפּעטער איז ער אויסגעפֿאָרן די וועלט און רעקאָרדירט סײַ מיט אַ רעקאָרדיר־מאַשין, סײַ מיט אַ פֿילם־אַפּאַראַט די זינגערס און טענצערס אויף אַלע קאָנטינענטן. פֿאַר וואָס האָט ער דאָס געטאָן? ער האָט פֿאַרשטאַנען פֿאַלקמוזיק ווי אַן אויסדרוק פֿון דער געזעלשאַפֿט און האָט געוואָלט פֿאַרגלײַכן די מוזיק פֿון אַלע גרופּעס אויף דער וועלט און שאַפֿן „קאַטעגאָריעס פֿון אויסדרוק‟. ווען מע האָט אים געזען אויף די פֿאָלקלאָר־קאָנפֿערענצן, האָט מען אים געהאַלטן פֿאַר אַן עקסצענטריקער, ווײַל פֿון אַזאַ אַרומנעמיקן געדאַנק צו פֿאַרבינדן אַלע מינים פֿאָלקמוזיק, האָט מען חוזק געמאַכט. אָבער נאָך זײַן טויט אין 2002, האָט מען זיך מישבֿ געווען — אפֿשר איז ער גאָר געווען גערעכט צו טאָן אַ פּרוּוו אין אַזאַ אַרומנעמיקער ריכטונג?

קיינער מאַכט נישט חוזק פֿון אידלזאָן, נישט הײַנט, און נישט ווען ער האָט געזאַמלט זײַנע מוזיק־אוצרות. אַ געבוירענער אין אַ פֿישערדאָרף אין לעטלאַנד אין 1882, האָט ער געזונגען אין אַ שיל־כאָר, אָבער, דער עיקר, זיך געלערנט, צו ערשט, וועגן מוזיק פֿונעם טאַטן. ער האָט זיך באַקענט מיט חזנישע קאָמפּאָזיציעס און רעפּערטואַר און האָט ווײַטער שטודירט מוזיק אין בערלין און לײַפּציג. ס’איז אים אָבער נימאס געוואָרן די דײַטש־ייִדישע מוזיק, וואָס האָט נאָכגעמאַכט דער דײַטשער קריסטלעכער מוזיק, איז ער געפֿאָרן קיין דרום־אַפֿריקע צו זײַן אַ חזן, אָבער האָט זיך באַזעצט אין ירושלים אין 1905.

לויט זײַן ביאָגראַפֿיע פֿון גערדאַ לעכלײַטנער, האָט ער געפֿונען אין ירושלים צו דער צײַט 300 שילן פֿון יעדער ייִדישער עדה אויף דער וועלט. ער האָט געאַרבעט ווי אַ חזן און מוזיק־לערער ביז „דער מלוכישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט‟ אין ווין האָט אים געגעבן אַ סובסידיע אויף פֿיר יאָר צו פֿאָרשן „אָריענטאַלישע און ייִדישע מוזיק‟ פֿון 1911 ביז 1913. אַ טייל פֿון די 109 רעקאָרדירונגען האָט אַרויסגעגעבן די „עסטרײַכישע וויסנשאַפֿטלעכע אַקאַדעמיע‟ אין 2005 אויף צוויי קאָמפּאַקטלעך. אַ פּרטימדיקע באַשרײַבונג פֿון דער זאַמלונג און אידלזאָנס אַרבעט האָבן אָנגעשריבן די מוזיקאָלאָגן ד״ר פֿיליפּ באָלמאַן און ד״ר עדווין סערוסי.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.