דער פֿענאָמען פֿון דאָנאַלד טראָמפּ

The Donald Trump Phenomenon

דאָנאַלד טראָמפּ רעדט פֿאַרן עולם בעת אַ מאַניפֿעסטאַציע לזכּרון דעם „פּערל־האַרבאָר טאָג‟, דעם 7טן דעצעמבער, אין דרום־קאַראָלײַנע
Getty Images
דאָנאַלד טראָמפּ רעדט פֿאַרן עולם בעת אַ מאַניפֿעסטאַציע לזכּרון דעם „פּערל־האַרבאָר טאָג‟, דעם 7טן דעצעמבער, אין דרום־קאַראָלײַנע

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published December 13, 2015, issue of January 08, 2016.

צי חידושט אײַך די שטיצע, וועלכע דאָנאַלד טראָמפּ געפֿינט צווישן אַ גרויסן טייל קאָנסערוואַטיווע אַמעריקאַנער, ניט געקוקט אויף דער עקלדיקער חוצפּה זײַנער און דער ראַסיסטישער ווילדקייט פֿון זײַנע אַרויסזאָגונגען? מיך חידושט עס לחלוטין ניט. ערשטנס, ווײַזן די אויספֿרעגן, אַ שטייגער, אַז דער טייל פֿונעם המון, וואָס קלײַבט נחת פֿון טראָמפּ, האָט פֿײַנט געהאַט מוסולמענער נאָך איידער טראָמפּ האָט גענומען רעדן וועגן פֿאַרמאַכן די אַמעריקאַנער גרענעצן פֿאַר אַלע מוסולמענער. (אַגבֿ, מיר זעט אויס מאָדנע, וואָס ער האָט נאָך ניט פֿאָרגעלייגט צו פֿאַרווערן די אַמעריקאַנער מוסולמענער צו האָבן קינדער. אפֿשר וועט ער עס נאָך טאָן.)

צווייטנס, איז דאָך קלאָר — און באַוווּסט, אַז טראָמפּס שטיצער האָבן געוואַלדיק פֿײַנט דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ. אַ סך פֿון זיי גלייבט נאָך אַלץ, אַז אָבאַמאַ איז אַליין אַ מוסולמענער. די זעלבע אויספֿרעגן ווײַזן, אַז אַנטי־מוסולמענישקייט און אַנטי־אָבאַמאַשקייט לעבן זיך אײַן זייער אָרגאַניש אין די כראָניש־בייזע חסידים פֿון טראָמפּ.

פֿון וואַנען נעמט זיך בכלל די דאָזיקע בייזקייט? איז די עקאָנאָמיע שוין אין אַזאַ שרעקלעכן מצבֿ? דער מצבֿ איז טאַקע ניט זייער אײַ־אײַ־אײַ, אָבער זיכער ניט קיין שרעקלעכער. גלײַכצײַטיק איז די בייזקייט אַ נאַטירלעכע זאַך. איך קוק אַרײַן אין דעם טעלעוויזיע־קאַנאַל “פֿאָקס” און ווייס, אַז פֿון דאָרטן גיסט זיך ממש די שׂינאה צו באַראַק אַבאַמאַ — דער גאַנץ־מעת־לעתעדיקער שטראָם פֿון דער פּראָפּאַגאַנדע, געצילט קעגן דעם הײַנטיקן תּושבֿ פֿונעם “ווײַסן הויז”, שטעלט זיך ניט אָפּ.

איך עצה אײַך: עסט אָפּ אײַער וועטשערע, זעצט זיך אַוועק בײַם טעלעוויזאָר און קוקט דורך אויף טשיקאַוועס, למשל, די פּראָגראַם, וועלכע עס פֿירט אין משך פֿון אַ שעה מעגין קעלי. וועט איר זען, אַז זי פֿירט אַן אמתע אומברחמנותדיקע מלחמה קעגן דעם פּרעזידענט און טוט עס אין דעם נוסח, וואָס איז (גלייבט מיר) זייער ענלעך אויף דעם, וואָס עס טוען די טעלעוויזיע־לײַט פֿון וולאַדימיר פּוטינס טעלעוויזיע.

אמת, ס’איז דאָ אַן אונטערשייד צווישן דער רוסישער און דער קעלי־פּראָפּאַגאַנדע: די רוסישע רעדן אײַן דעם עולם, אַז שולדיק אין זייערע צרות זײַנען אַלע, אַחוץ וולאַדימיר פּוטין, בעת קעלי טענהט אַ פֿאַרקערטע זאַך — באַראַק אָבאַמאַ איז דער שׂונא פֿונעם אַמעריקאַנער פֿאָלק — ער איז שולדיק אין אַלע צורות; ער פֿירט דאָס לאַנד אין אַ געפֿערלעכער ריכטונג. איך האָב אַ קאָלעגע וואָס טענהט, אַז איר טאַטע רײַסט זיך ניט אָפּ פֿונעם עקראַן, ווען ער זעט קעלי — פֿאָרט אַ שיינע פֿרוי.

מעגין קעלי איז, בלי־ספֿק, די שענסטע, אָבער גאָר ניט די איינציקע, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט אָט דער פּראָפּאַגאַנדע. זי און אַנדערע פּראָפּאַגאַנדיסטן און פּראָפּאַגאַנדיסטקעס פֿון “פֿאָקס” האָבן זייער ממשותדיק בײַגעטראָגן צום שאַפֿן דעם פֿענאָמען פֿון דאָנאַלד טראָמפּס פּאָפּולערקייט. אַ דאַנק זיי, און ענלעכע מעדיאַ־לײַט, איז ער, טראָמפּ, געוואָרן אַן אָפּגאָט פֿון דעם בייז־געמאַכטן המון. אמת, עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז איצט האָבן זיי, צי לכל־הפּחות אייניקע פֿון זיי, זיך אַליין איבערגעשראָקן, זעענדיק, וואָס זיי האָבן אָפּגעטאָן. זיי האָבן זיך געכאַפּט, אַז דער טומל אַרום טראָמפּ מאַכט שטאַרקער זייער צד־שכּנגד.

בינו־לבינו, דינט די טראָמפּ־מעשׂה ווי אַ ליטמוס־פּאַפּירל פֿאַר דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. דאָס איז דער טייל פֿון דער געזעלשאַפֿט, וועלכע איז צופֿרידן מיט לאָזונגען, אַפֿילו אויב די דאָזיקע לאָזונגען זײַנען פּוסטע און בשום־אופֿן קענען ניט רעאַליזירט ווערן. זיי גייט ניט אָן, אַז טראַמפּ רעדט ניט בכלל, ווי זײַן פּלאַפּלערײַ פּאָרט זיך מיט רעאַלקייט. למשל, ווען מע האָט בײַ אים געפֿרעגט, ווי אַזוי ער קלײַבט זיך צו רעאַליזירן זײַן געניאַלן פּלאַן פֿון ניט אַרײַנלאָזן אין אַמעריקע קיין מוסולמענער, האָט ער געענטפֿערט פּשוט, אַז “מע קען עס טאָן” — און שוין.

אַ דאַנק דער טראָמפּ־מעשׂה, זעט מען ווי גרויס איז דער סאַמע פֿינצטערער, קסענאָפֿאָבישער סעגמענט פֿון דעם אַמעריקאַנער עולם. איך בין זיכער, אַז ס’רובֿ מענטשן אין דעם עולם האָבן זייער אַ נעפּלדיק בילד פֿון דער געשיכטע, ווי אויך פֿון דעם, וואָס עס קוקט פֿאָר אין לאַנד און אין אויסלאַנד. אין יעדן לאַנד האָט די געזעלשאַפֿט אַ סעגמענט, וואָס געפֿינט זיך ערגעץ אויפֿן דנאָ, אָבער באַווײַזט זיך אויף דער אייבערפֿלאַך, ווען מע צערייצט עס.

דערצו איז קלאָר, אַז די צוויי־פּאַרטיייִשע סיסטעם שפּיגלט ניט אָפּ דעם מצבֿ אין דער געזעלשאַפֿט. טראָמפּ האָט, אין תּוך אַרײַן, אַן אייגענע פּאַרטיי, וועלכע רויִנירט פֿון אינעווייניק די רעפּובליקאַנער פּאַרטיי. ס’איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז מיט דעם וועט זיך טאַקע אַלץ פֿאַרענדיקן: ער וועט גיין ווײַטער ווי אַן “אומאָפּהענגיקער” קאַנדידאַט. צוריק גערעדט, איז ער הײַנט שוין אומאָפּהענגיק פֿון מאָראַל און אַפֿילו פֿון שׂכל־הישר.