„פֿאָרווערטס‟ נומערן 1897—1948 שוין אויף דער אינטערנעץ

Forverts Issues 1897-1948 Now On the Internet

די ערשטע זײַט פֿונעם סאַמע ערשטן נומער „פֿאָרווערטס‟, מאָנטיק, דעם 30סטן אויגוסט 1897
די ערשטע זײַט פֿונעם סאַמע ערשטן נומער „פֿאָרווערטס‟, מאָנטיק, דעם 30סטן אויגוסט 1897

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published December 15, 2015, issue of January 08, 2016.

טאָמער זוכט איר אַן אַרטיקל, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אין 1938 אָנגעשריבן וועגן אײַער עלטער־זיידן, אָדער איר ווילט לייענען די אויטענטישע בריוו, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ פֿלעגט אָפּדרוקן אין דער רובריק, „אַ בינטל בריוו‟, דאַרפֿט איר מער נישט פֿאָרן אין דער שטאָטישער ביבליאָטעק אָדער אין ייִוואָ אָנצוקוקן דעם מיקראָפֿילם.

נאָך לאַנגע יאָרן האָרעוואַניע צווישן דרײַ אָנגעזעענע אינסטיטוציעס, זענען אַלע נומערן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, אָנהייבנדיק פֿונעם ערשטן נומער אין 1897 ביז דעצעמבער 1948 געוואָרן צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ. אַלע וואָס ווילן עפּעס אויסזוכן אָדער איבערלייענען קענען באַזוכן די זײַט פֿרײַ פֿון אָפּצאָל: http://jpress.org.il/Olive/APA/NLI/?action=tab&tab=browse&pub=FRW

מיט דער צײַט האָפֿט מען צוצושטעלן אַלע „פֿאָרווערטס‟ נומערן ביזן הײַנטיקן טאָג.

דער אויפֿטו וועט דערמעגלעכן סײַ די פֿאָרשער, סײַ מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר, זיך צו באַקענען מיט אַ וויכטיקער תּקופֿה פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן, ווען ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זיך געפּרוּווט אײַנאָרעדענען אין זייער נײַער היים, און גלײַכצײַטיק זיך פֿאַרלאָזט אויפֿן „פֿאָרווערטס‟ ווי אַ פּראַקטישער און אידעאָלאָגישער וועגווײַזער.

דער פּראָיעקט איז אַ טייל פֿונעם „היסטאָרישן ייִדישן פּרעסע־פּראָיעקט‟, באַקאַנט ווי JPress, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 2004 דורך פּראָפֿ׳ ירון צור פֿונעם „תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟, און דעם „בית שלום־עליכם‟ מיט פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטערן בראש. דאָס דיגיטאַליזירן דעם „פֿאָרווערטס‟ איז ווײַטער רעאַליזירט געוואָרן דורך אַ הסכּם צווישן דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע, דער „נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון מדינת־ישׂראל‟ און דעם „תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟, און אַ דאַנק אַ ברייטהאַרציקער מתּנה פֿון דער משפּחה גאָלדריך צום אוניווערסיטעט, און אַנדערע מנדבֿים.

די דאַטן־באַזע JPress האָט שוין פֿון פֿריִער אַרויסגעשטעלט צײַטונגען אויף ענגליש, פֿראַנצייזיש, העברעיִש און אַנדערע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט צוויי פֿאַרמלחמהדיקע ייִדישע טעגלעכע צײַטונגען, „הײַנט‟ און „מאָמענט‟, און דעם ייִדישן וואָכנבלאַט, „ליטעראַרישע בלעטער‟.

ווי נאָר איך האָב דערהערט די ידיעה, אַז מע קען געפֿינען אַלע נומערן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ אויף דער אינטערנעץ, האָב איך אויסגעזוכט דעם סאַמע ערשטן נומער, פֿון מאָנטיק, דעם 30סטן אויגוסט 1897. צווישן די קעפּלעך אויף דער ערשטער זײַט לייענט מען וועגן אַן ערד־ציטערניש און מבול אין יאַפּאַן, אין וועלכן 200 מענטשן זענען דערטרונקען געוואָרן, און 6,000 הײַזער — חרובֿ געוואָרן; וועגן אַ „שענדלעכן‟ שקלאַפֿן־האַנדל מיט כינעזישע קינדער, מיידלעך און פֿרויען אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, וווּ דער מחבר פֿרעגט: „האָט אונדזער רעגירונג דאָס געוווּסט?‟ און וועגן אַ יונגערמאַן, מאָריס ליווי, וואָס האָט געפּרוּווט זיך נעמען דאָס לעבן נאָכן פֿאַרלירן די שטעלע צוליב זײַן האָבן צוגעגנבֿעט 15 דאָלער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.