פֿאָרשונג וועגן בונדישע זומער־לאַגערן אין פּוילן

A Study of Bundist Summer Camps in Poland

אויף דער ערשטער לאַנדישער קאָנפֿערענץ פֿון „סקיף‟, דער קינדער־אָפּטייל פֿונעם „בונד‟, אין פּוילן (דאַטע אומבאַקאַנט)
„דער בונד אין בילדער‟, ניו־יאָרק 1958
אויף דער ערשטער לאַנדישער קאָנפֿערענץ פֿון „סקיף‟, דער קינדער־אָפּטייל פֿונעם „בונד‟, אין פּוילן (דאַטע אומבאַקאַנט)

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 15, 2015, issue of January 08, 2016.

שטודיעס וועגן די ציוניסטישע זומער־לאַגערן, וואָס האָבן עקזיסטירט אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות, קען מען הײַנט געפֿינען גאָר אַ סך, אָבער ביז איצט האָט מען ווייניק אויסגעפֿאָרשט די ייִדישע זומער־לאַגערן, אָרגאַניזירט פֿון די נישט־ציוניסטישע יוגנט־באַוועגונגען.

די וואָך איז פּובליקירט געוואָרן אַן אַרטיקל וועגן די אידעאַלן, וואָס ס׳האָבן אונטערגעשטיצט די גרינדער פֿון סאָציאַליסטישע זומער־לאַגערן פֿאַר דער יוגנט אין פּוילן פֿאַרן חורבן.

דער אַרטיקל, Wandering Jews: Camping Culture and Jewish Socialist Youth in Interwar Poland (די וואַנדערנדיקע ייִדן: די זומער־לאַגער־קולטור און די ייִדישע סאָציאַליסטישע יוגנט אין צווישן־מלחמהדיקן פּוילן) גיט איבער די שטעלונגען פֿון יענע צײַטן, וואָס שייך דער נאַטור, היגיענע, שפּיל, באַציִונגען צווישן בחורים און מיידלעך, און צו דער יוגנט בכלל. די מחברטע פֿון דער אייגנאַרטיקער שטודיע איז מאַגדאַלענאַ קאָזלאָווסקאַ, פֿונעם „אינסטיטוט פֿון ייִדישע שטודיעס‟ אינעם יאַגעלאָנישן אוניווערסיטעט אין קראָקע, פּוילן.

צום מערסטן, גיט זיך קאָזלאָווסקאַ אָפּ מיט די „סקיף‟-לאַגערן, אָרגאַניזירט פֿון דער „צוקונפֿט‟, די בונדישע יוגנט־באַוועגונג. „סקיף‟ האָט געפּריידיקט דרײַ אידעאָלאָגישע פּרינציפּן: 1) חבֿרשאַפֿט; 2) דאָיִקייט (די ייִדן זאָלן וווינען און קעמפֿן פֿאַר זייערע רעכט אינעם לאַנד דאָרט, וווּ זיי וווינען, אַנשטאָט זיך צו באַזעצן אין אַ ייִדישער מדינה), און 3) ייִדישקייט (אַנטוויקלען אַ ייִדישע אידעטיטעט דורך דער ייִדישער קולטור).

נאָכן חורבן זענען מער נישט געווען קיין „סקיף‟ זומער־לאַגערן אין פּוילן. צווישן 1957 און 1976 האָט דער אַמעריקאַנער צווײַג פֿונעם ייִדישן אַרבעטער בונד אָנגעפֿירט מיט אַ בונדישן זומער־לאַגער אין ניו־יאָרק, „קעמפּ המשך‟, און אין 1950 איז געגרינדעט געוואָרן אַ צווײַג פֿון „סקיף‟ אין מעלבורן, אויסטראַליע, וואָס בלײַבט אַקטיוו ביזן הײַנטיקן טאָג.

דערווײַל איז קאָזלאָווסקאַס שטודיע צוטריטלעך בלויז צו אַבאָנענטן פֿונעם אַקאַדעמישן זשורנאַל Taylor & Francis Online, אָבער אַנדערע קענען געפֿינען דעם אַרטיקל אין יענע ביבליאָטעקן, וואָס אַבאָנירן זיך אויף דעם זשורנאַל.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.