ידיעות פֿון וואַרשע

News from Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published December 15, 2015, issue of January 08, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 4)

דער צענטער פֿאַרבעט פּוילישע קינדער און דערוואַקסענע אויף אַ יערלעכן מאַרש אויף די שפּורן פֿונעם קליינעם העניאָ. למשל, דער גאָרטן, וווּ ער האָט זיך געשפּילט, די פּוילישע שול, וווּ ער האָט זיך געלערנט און אַזוי ווײַטער. דער מאַרש באַזוכט די סטאַנציעס אינעם קורצן לעבן פֿון העניאָ זשיטאָמירסקי.

אויף דער פֿראַגע ווי איז עס געקומען אויפֿן געדאַנק צו שאַפֿן דעם צענטער, ענטפֿערט פּיעטרעשעוויטש, אַז ער האָט לאַנג נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס הייסט דאָס אָרט, וואָס איז אַגבֿ מער ווי 6 הונדערט יאָר אַלט, „גראָדזקאַ־טויער‟. מיט דער צײַט האָט ער זיך דערוווּסט, אַז דער טויער איז געווען דער אַרײַנגאַנג צו אַ פֿאַרלוירענער, פֿון די דײַטשן פֿאַרטיליקטער ייִדישער וועלט. די וועלט דאַרף נישט פֿאַרגעסן, האַלט דער איידעלער פּאָליאַק.

„דער ריכטיקער אַדרעס‟— אַ נײַע אויסשטעלונג אין ייִדישן מוזיי

דער ייִדישער מוזיי אין וואַרשע פֿאַרבעט דעם עולם אויף אַ נײַער אויסשטעלונג. די אויסשטעלונג הייסט „דער ריכטיקער אַדרעס‟. סע גייט די רייד פֿון אַ גאַנצער ליסטע אַדרעסן. פֿאַר וואָס זענען זיי ריכטיק? דאָס זענען אַדרעסן, וווּ די ייִדן האָבן געקאָנט, אַ דאַנק זייערע פּוילישע חבֿרים, זיך באַהאַלטן פֿון די דײַטשן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

היסטאָריקעס האַלטן, אַז אַן ערך 27,000 ייִדן האָבן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין פֿאַרשיידענע וווינונגען אין דער פּוילישער הויפּטשטאָט בשעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע. די אויסשטעלונג דערציילט די געשיכטעס פֿון די דאָזיקע לעבן געבליבענע ייִדן און פּאָליאַקן, וואָס האָבן זיי געראַטעוועט.

דער מוזיי האָט געפֿונען אַן ערך 40 דירות, וואָס שטייען עד־היום און וווּ די ייִדן האָבן זיך באַהאַלטן. די אויסשטעלונג דערציילט, מיט דער הילף פֿון טעקסטן און בילדער, וועגן דער דאָזיקער שרעקלעכער, אָבער אויך העלדישער צײַט. ווי מיר ווייסן, איז די שטראָף פֿאַר באַהאַלטן ייִדן, געווען טויט. אָפֿטמאָל האָבן די דײַטשן דערשאָסן נישט נאָר דעם רעטער, נאָר זײַן גאַנצע משפּחה, פֿרוי און קינדער.