צו דזשאַן פּירס׳ 30סטן יאָרצײַט

On Jan Peerce's 30th Yortsayt

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 16, 2015, issue of January 08, 2016.

דזשאַן פּירס, אין מאָסקווע, 1963
‏Forward Association
דזשאַן פּירס, אין מאָסקווע, 1963

די וואָך איז אויסגעפֿאַלן דער 30סטער יאָרצײַט פֿונעם באַרימטן אַמעריקאַנער אָפּערע־טענאָר, חזן און ייִדישן זינגער, דזשאַן פּירס. געבוירן איז ער ווי יהושע פּנחס פּערלמוט, אין ניו־יאָרק, אַ קינד פֿון אימיגראַנטן פֿונעם שטעטל האָראָדעץ, פּוילן (הײַנט בעלאַרוס). צו 9 יאָר האָט ער זיך אָנגעהויבן לערנען פֿידל־שפּילן און צוליב זײַן הילכיקן סאָפּראַן האָט מען אים אויך פֿאַרבעטן צו זינגען אין שיל.

צו 14 יאָר האָט ער געגרינדעט אַ דזשעז־קאַפּעליע און אָנגעהויבן פֿאַרדינען דורך שפּילן אויף חתונות, באַנקעטן און אין די קעטסקיל־האָטעלן. אין דער אמתן האָבן טאַטע־מאַמע געוואָלט ער זאָל ווערן אַ דאָקטער, און ער האָט אַפֿילו אָנגעהויבן שטודירן מעדיצין, אָבער זײַן ליבע צו מוזיק איז געווען צו שטאַרק.

אין 1932, בעת זײַן מוזיקאַלישע גרופּע האָט געשפּילט אויף אַ באַנקעט אינעם „אַסטאָר־האָטעל‟, האָט ער אויך געזונגען אַ סאָלאָ, נישט־וויסנדיק, אַז אינעם זאַל זיצט סעמיועל ראָטאַפֿעל, דער גרינדער פֿונעם „ראַקסי־טעאַטער‟ אין מאַנהעטן, וועלכער האָט פּונקט דעמאָלט געזוכט נײַע טאַלאַנטן פֿאַרן נײַעם Radio City Music Hall. אויף ראָטאַפֿעלן האָט דאָס קול פֿונעם בחור געמאַכט אַ שטאַרקן רושם און ער האָט אים פֿאַרבעטן צו ווערן איינער פֿון די סאָליסטן.

ראָטאַפֿעל איז דער, וועלכער האָט געביטן דעם טענאָרס נאָמען פֿון פּערלמוט צו פּירס. אַכט יאָר לאַנג האָט פּירס געזונגען אין „ריידיאָ סיטי‟, ווי אויך אויף דער ראַדיאָ מיט אַן אָרקעסטער. מיליאָנען מענטשן האָבן זיך צוגעהערט צו אים און ער איז געוואָרן באַרימט.

אַפֿילו דער גרויסער דיריגענט אַרטוראָ טאָסקאַניני איז פֿאַרכּישופֿט געוואָרן פֿון פּירס׳ זינגען, און האָט אים גענומען צו זינגען די הויפּט־ראָלעס אין זײַנע ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־טראַנסמיסיעס און רעקאָרדירונגען פֿון אָפּערע און כאָר־ווערק. מע זאָגט, אַז טאָסקאַניני, בעתן באַשרײַבן פּירס׳ מײַסטערשאַפֿט און געפֿיל בײַם זינגען ווערדיס און פּוטשיניס מוזיק, האָט אַ מאָל געטענהט, אַז „פּירס מוז שטאַמען פֿון איטאַליענער‟.

אין 1956 האָט פּירס געמאַכט אַ סענסאַציע אין מאָסקווע, וווּהין ער איז געפֿאָרן ווי אַ טייל פֿון אַ מוזיקאַלישן „קולטור־אויסבײַט‟; דערבײַ איז ער געוואָרן דער ערשטער אַמעריקאַנער צו זינגען אין דעם באָלשוי־טעאַטער. אין 1971 האָט ער געהאַט זײַן בראָדוויי־דעביוט ווי טבֿיה אין „פֿידלער אויפֿן דאַך‟.

פּירס האָט אויך שטאַרק ליב געהאַט צו זינגען חזנות און ייִדישע לידער, און האָט אַרויסגעלאָזט אַ צאָל פּלאַטעס, וואָס האָבן געוואַלדיק אויסגענומען בײַם ייִדישן עולם. לכּבֿוד זײַן יאָרצײַט ברענגען מיר אײַך זײַן אויסטײַטש פֿונעם פֿאָלקסליד, „וווּ איז דאָס געסעלע?‟