„ייִנגל־בעלץ‟: נײַער עפּיזאָד פֿון „ייִדלײַף־קריזיס‟

Yingl-Belz: A New Episode of Yidlife Crisis

אַן עפּיזאָד פֿון „ייִנגל־בעלץ‟
אַן עפּיזאָד פֿון „ייִנגל־בעלץ‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 16, 2015, issue of January 08, 2016.

די שטערן פֿון „ייִדלײַף־קריזיס‟, די יונגע קאָמיקער לייזער באַטאַליאָן און חיימי עלמאָן זענען צוריק מיטן צווייטן קאַפּיטל אינעם צווייטן סעזאָן פֿון זייער ייִדיש־שפּראַכלעכער קאָמעדיע־סעריע.

אינעם פֿאָריקן קאַפּיטל האָבן די העלדן דורכגעמאַכט אַ סעריע אַווענטורעס אויף אַ סוררעאַליסטישן ברית פֿון אַ גר. אינעם נײַעם עפּיזאָד אַמפּערן זיך די ייִדיש־רעדנדיקע חבֿרים אויף אַ „ייִדישן‟ ניטל־מאָלצײַט. כאָטש די פֿרומע ייִדן „פּראַווען‟ ניטל־נאַכט מיטן ניט לערנען קיין תּורה און שפּילן אין שאַך, איז עס אָנגענומען בײַ די מער וועלטלעכע ייִדן אין אַמעריקע און קאַנאַדע צו עסן צוזאַמען אין אַ כינעזישן רעסטאָראַן. און אַזוי טוען חיימי און לייזער.

פֿאַר וואָס דווקא אין אַ כינעזישן רעסטאָראַן? אַזאַ „מינהג‟ האָט זיך מסתּמא אָנגעהויבן פּשוט צוליב דעם, וואָס די כינעזישע רעסטאָראַנען זענען געווען כּמעט די איינציקע, וואָס זענען געווען אָפֿן אום ניטל. חיימי האַלט אָבער, אַז עס ליגט עפּעס מער טיף אין דער טראַדיציע און גיט לייזערן צו פֿאַרשטיין וועגן די פֿאַרשידענע ענלעכקייטן צווישן די ייִדן און די כינעזער. לייזער, וואָס האַלט, אַז דער גאַנצער „מינהג‟ איז אַ משוגעת און זעט ניט קיין שום שײַכות צווישן ייִדישקייט, ניטל און די כינעזער, ווערט, ווי אין יעדן קאַפּיטל פֿון דער פּראָגראַם, אַלץ מער און מער פֿרוסטירט פֿון זײַן חבֿר. בעת די אַנדערע ייִדן אינעם רעסטאָראַן מאַכן וואָס מער רעש און אַמפּערן זיך איבער דעם חשבון מיט די קעלנער, געפֿינען די קאָמיקער צײַט אַרײַנצושטעלן שאַרפֿע וויצן, וואָס מאַכן סײַ חוזק פֿון דער סיטואַציע, סײַ גיבן צו פֿאַרשטיין געוויסע מאָדנע קנייטשן פֿון דער צפֿון־אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס דער איצטיקער קאַפּיטל איז ניט אַזוי שטאַרק אָדער אַמביציעז ווי דער פֿריִערדיקער, שטעלט עס מיט זיך פֿאָר אַ סך געלעכטער, קלוגע ווערטערשפּילן און אַן אינטערעסאַנטן פּירוש אויפֿן הײַנטיקן ייִדישן לעבן.

די קאָמיקער, וואָס זענען איצט אין קראָקע, כּדי פֿאָרצושטעלן „ייִדלײַף־קריזיס‟ אינעם אָרטיקן ייִדישן קהילה־צענטער, אַרבעטן איצט אויף גאָר אַן אַמביציעזן קאַפּיטל מיט אַ באַקאַנטן האָליוווּד־„שטערן‟. דער נײַסטער עפּיזאָד דינט ווי אַ גוטע „בריק‟ צווישן דעם אַנומלטיקן און דעם קומענדיקן עפּיזאָד. הלוואי אויף ווײַטער.