ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published December 16, 2015, issue of January 08, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ייִדישער מוזיי: אַן אָוונט פֿונעם מאָסקווער געשעפֿט־קלוב

צוויי ידיעות פֿונעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי: דעם 15טן דעצעמבער איז דאָרטן פֿאָרגעקומען אַן אָוונט פֿונעם מאָסקווער געשעפֿט־קלוב „שלמה‟. דער קלוב האָט אָרגאַניזירט אַ באַגעגעניש מיט איינעם פֿון די באַקאַנטסטע רוסלענדישע פּאָליטיקער, וואָס געהערן צו דער אָפּאָזיציע, מיט יעווגעני רויזמאַן, דער הויפּט פֿונעם יעקאַטערינבורגער שטאָטישן פּאַרלאַמענט, אַ געשעפֿטסמאַן און אַקטיווער קעמפֿער קעגן נאַרקאָטיקעס.

דער מוזיי האָט אויך אָרגאַניזירט די וואָך אַ באַגעגעניש, געווידמעט דער ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע. יואל רגבֿ, דער ירושלימער פֿאָרשער פֿון קבלה האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן לוריאַנישער קבלה און מאָדערנע מעטאָדן פֿון איר פֿאָרשונג.

אַ קאָנצערט פֿון קלעזמער־מוזיק פֿאַר עלטערע לײַט

אין דער מאָסקווער אָרגאַניזאַציע „חסד יד עזרא‟, וואָס העלפֿט אַלטע ייִדן, איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿון קלעזמער־מוזיק, דורכגעפֿירט פֿון דער יוגנטלעכער אָרגאַניזאַציע „הילל‟. דער קאָנצערט איז אַ טייל פֿון אַ גרעסערער וווילטעטיקער פּראָגראַם „שענק די קונסט‟’.

אַן אָוונט מיט אַ שרײַבערין פֿון ישׂראל

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט… אין דער גרעסטער ביכער־קראָם פֿון מאָסקווע, „ביבליאָ־גלאָבוס‟, איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש מיט דער באַרימטער ישׂראלדיקער שרײַבערין, וואָס שרײַבט אויף רוסיש, דינה רובינאַ. רובינאַ האָט פֿאָרגעשטעלט איר נײַע זאַמלונג דערציילונגען, פֿאָרגעלייענט פֿראַגמענטן, דערציילט וועגן עקראַניזאַציעס פֿון אירע ביכער, געענטפֿערט אויף די פֿראַגעס פֿון דעם עולם און אונטערגעשריבן אירע ביכער.