מאַנהעטענער רבי פֿונעם נאָכמאָדערנעם שטיבל

Manhattan Rebbe of the “Post-Modern Shtibl”

הרבֿ דוד אינגבער
YouTube
הרבֿ דוד אינגבער

פֿון נח באַרעראַ

Published December 18, 2015, issue of January 08, 2016.

די שיל „רממו‟, וואָס געפֿינט זיך אויף דער Upper West Side פֿון מאַנהעטן, האָט געשמט אין די לעצטע פּאָר יאָר, נישט נאָר ווי, בלע״ז, אַ „היפּ‟־ און „ניו־איידזשי‟־אָרט פֿאַר מענטשן בכלל, וואָס זוכן אַן אַלטערנאַטיוון צוגאַנג צו טראַדיצאָנעלער ייִדישקייט, נאָר ווי אַ מין „מקום־מיקלט‟ פֿאַר געוועזענע חסידים בפֿרט, וואָס האָבן שווער געליטן אונטער דעם האַרבן דרוק פֿונעם חרדישן לעבנס־שטייגער.

די פֿירערס פֿון „רממו‟ ווילן אָבער שאַפֿן אַ האַרציקע סבֿיבֿה, אין וועלכער יעדער ווערט שיין אויפֿגענומען, דער עיקר, דורך נישט זאָגן אויף קיינעם קיין מבֿינות. „דאָס איז באַזונדערס צוציִענדיק, ווײַל עס דערמעגלעכט אונדז אַלעמען זיך אויסצוהיילן און מאַכן צוזאַמען אַ בעסערע געזעלשאַפֿט‟, האָט הרבֿ דוד אינגבער, דער הויפּט־רבֿ פֿון „רממו‟, געזאָגט אין אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟.

אין דעם פֿאַל פֿון געוועזענע חסידים, מיינט הרבֿ אינגבער, אַז די שיל איז צוציִענדיק, ווײַל זיי באַטראַכטן „רממו‟ ווי אַ מין „נאָכמאָדערן שטיבל‟ (אָדער אַנדערש געזאָגט, ווי אַ מין אַלטערנאַּטיווע חסידישע בית־תּפֿילה) — דאָס הייסט בײַ אים, אַז „רממו‟ שפּיגלט דווקא אָפּ דעם גײַסט פֿון חסידות, צוליב איר איבערגעגבנקײט צום דאַווענען און געזאַנג; אַספּעקטן, וואָס ווערן שטאַרק באַטאָנט בײַ די חסידים. „מיר האָבן ליב צו דאַווענען און זינגען, אָבער מיר לאָזן גאָט צו מישפּטן. צוליב דעם פֿאַקט, זענען דאָ בײַ ‘רממו’ אַ סך ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט דעם דרך [בלע״ז, Off-the-derekh-Jews]‟, האָט הרבֿ אינגבער דערקלערט.

אָבער ,אין סתּירות מיט חסידות, באַטראַכטן זיי „ייִדנטום‟ ווי אַ מענטשלעכע קאָנסטרוקציע, אַזוי שייך צו אַלע רעליגיעס, וואָס איז נישט „פּערפֿעקט‟, כאָטש פֿון דעסטוועגן „הייליק‟. „אונדזער ציל איז אוניווערסאַל, אָבער אונדזער אופֿן איז ספּעציפֿיש‟, האָט הרבֿ אינגבער געזאָגט. „מיר האָבן ליב ייִדישקייט און די ייִדישע נשמה, אָבער מיר זאָרגן זיך נישט צי עמעצער איז אַן אַטעיִסט, אַ פּאַגאַנער, אַגנאָסטיש צי אַ קריסט‟.

די געוועזענע חסידים, וואָס געפֿינען פֿאַר זיך אַ גײַסטלעכן דאַך בײַ „רממו‟, האָבן געליטן אין זייערע אַמאָליקע קהילות, צוליב פֿאַרשידענע סיבות, ווי אין שײַכות מיט זייער סעקסואַליטעט — אַן ענין, וואָס אין אַזעלכע אָרטאָדאָקסישע קהילות, ווי די, וואָס געפֿינען זיך אין ברוקלין, פֿאַרטײַשט מען ווי אַן עבֿירה; און אין אַזאַ געזעלשאַפֿט, וואָס פֿאָדערט אַן אַבסאַלוטן קאָנפֿאָרמיזם איבערהויפּט, וואַרפֿן זיך די־אָ מענטשן אין די אויגן. „בעת איך האַלט נישט, אַז גאָט האָט געשריבן תּורה וואָרט־ווערטלעך, ראַנגל איך זיך נישט מיט די איסורים, וואָס שטייען דאָרט ערגעץ אָנגעשריבן‟, האָט הרבֿ אינגבער געזאָגט. „די רעאַליטעט איז שטאַרקער ווי אונדזערע ‘געדאַנקען’ וועגן דעם. האָמאָסעקסואַליטעט איז אמתדיק; די גלוסט איז הייליק. טראַנס־מין איז דערצו אמתדיק. איך האָב גאָרנישט געפֿונען, וואָס איז נישט־הייליק צי פּראָבעלמאַטיש דערפֿון.‟

פֿאַר הרבֿ אינגבער זענען די איבערלעבונגען פֿון די געוועזענע חרדים אין גאַנצן נישט פֿרעמד, פּונקט צוליב דעם, אַז ער איז אַליין געווען חרדיש. אין 1987, בעת ער האָט אָנטייל גענומען אין אַ פּראָגראַם פֿאַר סטודענטן, וואָס האָבן געוואָלט באַקומען אַ טעם פֿון דער ישיבֿה, איז ער געוואָרן אַ חרדי און, אין משך פֿון 5 יאָר, האָט ער אַפֿילו שטודירט אין „ישיבֿת חיים בערלין‟, אַ ליטווישע ישיבֿה, וואָס געפֿינט זיך אין ברוקלין.

עס האָט אָבער נישט געדויערט לאַנג ביז ער האָט אײַנגעזען, אַז עפּעס איז נישט ריכטיק. „כ׳האָב זיך דערוווּסט, אַז איך בין גאָר אַ פֿאַרלויערנער אין אַ וועלט, וואָס איז פֿול מיט שיינקייט, אָבער רעליגיעז פּראָבלעמאַטיש‟, האָט הרבֿ אינגבער דערציילט.

האָט ער, צוליב דעם, פֿאַרלאָזט ייִדישקייט אויף אַ יאָר צענדליק, כּדי „זיך צו געפֿינען‟. ער האָט אויסגעפֿאָרשט די מיזרחדיקע רעליגיע, געלערנט זיך יאָגאַ און בודיזם; אָבער נאָך צען יאָר האָט ער דערפֿילט, אַז זײַן שײַכות מיט ייִדישקייט איז געווען צו שטאַרק און וויכטיק עס ווײַטער צו פֿאַרלייקענען. „נאָך צען יאָר אַוועק פֿון ייִדישקייט, האָב איך נישט געקענט ווײַטער אָנגיין אָן דעם שלום מאַכן מיט מײַן ייִדישקייט בכלל, און מיט מײַנע מיסטישע איבערלעבונגען פֿון גאָט בפֿרט‟, האָט ער געזאָגט.

הרבֿ אינגבער האָט ווידער אַ מאָל געפּרוּווט צו ווערן אָרטאָדאָקסיש, אָבער נאָך צוויי יאָר אין דער ישיבֿה, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס וועט נישט זײַן מעגלעך. ער האָט נאָך אַלץ נישט געוווּסט וווּהין זיך צו ווענדן. „ערשט דעמאָלט האָב איך זיך באַקענט מיט מײַן צוקונפֿטיקן רבין, ר׳ זלמן שעכטער-שלומי ע״ה, דער גרינדער פֿון Renewal Judaism; און איך האָב טיף דערפֿילט, אַז כ׳דאַרף מער נישט זוכן‟.

לויט הרבֿ אינגבער, איז ר׳ זלמן געווען אַ מין „הײַנטיקער בעל־שם־טובֿ“, ווײַל ער האָט זײַנע חסידים געלערנט, אַזוי ווי דער גרינדער פֿון חסידות האָט אַמאָל געטאָן — מיסטיק און ווי צו פֿאַרטײַטשן דאָס לעבן דורך דעם קוקווינקל. „ער איז, אַזוי ווי איך, געווען אָרטאָדאָקסיש און, אַזוי ווי איך, האָט ער שטודירט אַנדערע רוחניותדיקע און רעליגיעזע טראַדיציעס. ר׳ זלמן האָט דערפֿאַר געראַטעוועט מײַן לעבן‟, האָט הרבֿ אינגבער געזאָגט.

אויף דער פֿראַגע וועגן זײַן ראָלע ווי דער רבֿ פֿון „רממו‟, האָט ער געענטפֿערט: „מײַן ראָלע ווי אַ רבֿ איז, ליב צו האָבן און אונטערצושטיצן אַלע קינדער פֿון ה׳. ס׳איז דערפֿאַר נישט מײַן עסק צו קריטיקירן צי מישפּטן. איך שטעל צו צו מענטשן די פֿרײַהייט אויסצופֿאָרשן דאָס לעבן לויט זייער אייגענעם ווילן — צי זיי האָבן ליב ייִדישקייט, צי נישט, צי זיי האָבן פֿײַנט גאָט, צי זיי האָבן אים ליב — איך פּרוּוו צו זײַן נאָר אַן עדות‟.