אויפֿגעלעבטע ייִדישע פּערזענלעכקייטן

Forgotten Yiddish Personalities Come to Life

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published December 20, 2015, issue of January 08, 2016.

יחיאל שרײַבמאַן (1913־2005) האָט איבערגעלעבט עטלעכע היסטאָרישע תּקופֿות און מדינות. געבױרן אין דער רוסישער אימפּעריע, איז ער אױפֿגעװאַקסן אין רומעניע, דערנאָך האָט ער געלעבט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, און די לעצטע יאָרן זײַנע האָט ער פֿאַרבראַכט אין דער רעפּובליק פֿון מאָלדאָװע. ער האָט געביטן זײַן בירגערשאַפֿט פֿיר מאָל, אָבער צוליב דעם האָט ער ניט געדאַרפֿט איבערפֿאָרן פֿון אײן לאַנד אין אַן אַנדערן. די נײַע מלוכות פֿלעגן אַלײן קומען „צו גאַסט‟ צו אים און צו זײַנע לאַנדסלײַט.

שרײַבמאַנס ליטעראַריש לעבן איז געװען רײַך און פּראָדוקטיװ. ער האָט שױן יונגערהײט געפֿונען זײַנע טעמעס און זײַנע העלדן אין די טיפֿענישן פֿונעם בעסאַראַבער ייִדישן פֿאָלקסלעבן. לאַנגע יאָרן האָט ער געהאַט סימפּאַטיע פֿאַר דער סאָװעטישער מלוכה, װאָס האָט אים דערמעגלעכט זיך פּראָפֿעסיאָנעל אָפּצוגעבן מיט דער ייִדישער ליטעראַטור. די סיבה פֿאַר די דאָזיקע געפֿילן צװישן ייִדישע ליטעראַטן איז געװען אַ פּשוטע, װי ער דערקלערט: „אין פֿערציקסטן יאָר, װען קעשענעװ איז געװאָרן סאָװעטיש, האָבן שױן אָנגעהױבן אומשפּאַצירן אױף די בוקאַרעשטער גאַסן דײַטשע אָפֿיצירן מיט האַקנרײצן אַרום די אַרבל — געקומען דערװײַל װױל און לײַטיש אַ טאַפּ טאָן רומעניע, אַ שמועס טאָן מיט איר װעגן שותּפֿות.‟

סײַ ייִדן, סײַ די רומענער האָבן שױן גוט געװוּסט, װאָס עס קומט פֿאָר בשכנות אין פּױלן, און זײ האָבן געמאַכט זײערע באַשלוסן: די רומענער זײַנען טאַקע געװאָרן שותּפֿים מיט היטלערן, בעת די ייִדן, בפֿרט די בעסאַראַבער, זײַנען אַװעק: „בעסאַראַבער ייִדישע שרײַבער אין בוקאַרעשט, ייִדישע אַקטיאָרן, ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, אַפֿילו אַ טײל נגידים […] האָבן אין אַ פּאָר טעג איבערגעלאָזט האַק־און־פּאַק, אױפֿגעהאָנגען שלעסער אױף זײער האָב־און־גוטס און זענען גרױס און קלײן אַװעק אַהײם, קײן בעסאַראַביע, ראַטעװען זיך פֿונעם װילדן היטלעריזם.‟

אָבער קײן האָניק האָט מען אױף יענער זײַט פֿון דער נײַער סאָװעטיש־רומענישער גרענעץ אױך ניט געלעקט. צװישן די „פּאָרטרעטן‟, װאָס שרײַבמאַן שילדערט, ווי ער האָט אים פֿאַרגעדענקט, איז דאָ אַ װײניק־באַקאַנטער קעשענעװער ייִדישער ליטעראַט — זלמן ראָזענטאַל. בײַ די רומענער האָט ער אַרױסגעגעבן צװײ קינדער־זשורנאַלן, אױף ייִדיש און אױף העברעיִש. אַחוץ דעם, האָט ער רעדאַקטירט די אײנציקע ייִדישע טאָגצײַטונג אין רומעניע, „אונדזער צײַט‟. לױט זײַנע פּאָליטישע אָנזיכטן איז ער געװען אַ פּועלי־ציוניסט, און דאָס האָט געלייזט זײַן גורל: „אין 40סטן יאָר, װען די סאָװעטן זענען אַרײַנגעקומען קײן בעסאַראַביע, האָט מען זלמן ראָזענטאַל באַלד אַרעסטירט, פֿאַרמשפּט אױף 8 יאָר. אַגבֿ, װען די סאָװעטן זענען אַהער אַרײַנגעקומען, איז שױן בײַ זײ געװען זלמן ראָזענטאַלס אַדרעס מיט אַלצדינג זײַנס. אינטערעסאַנט איז, װען די דײַטשן זענען דערנאָך אַרײַן קײן קעשענעװ, האָבן זײ אױך געהאַט אױף אַ רשימה זלמן ראָזענטאַלן, באַלד אָפּצוראַמען אים פֿון װעג.‟

ראָזענטאַל האָט זיך אומגעקערט פֿון סטאַלינס לאַגערן ערשט מיט 14 יאָר שפּעטער. װי אַ געװעזענער „פֿאַרברעכער‟ האָט ער ניט געהאַט קײן לעגאַלע װױנרעכט אין קעשענעװ, װוּ עס האָבן געװױנט זײַן פֿרוי און צװײ טעכטער זײַנע. זײַנער אַ קרובֿ האָט אים פֿאַרשאַפֿט אַ ביסל אַרבעט: „האָט מען ראָזענטאַלן געגעבן אַהײם אַזעלכע באַטערײקעס, װאָס ער פֿלעגט אַ גאַנצן טאָג זיצן און זײ מיט עפּעס אָנפֿילן […] און דאָס איז געװען זײַן לעבן ביז אין זײַנע לעצטע טעג. און ער האָט געזאָגט ‘אַ דאַנק דערפֿאַר’.‟ זלמן ראָזענטאַלס גורל איז אַ סימבאָל פֿון דער טראַגעדיע פֿון דער ייִדישער קולטור אין מיזרח־אײראָפּע. אַלע טאָטאַליטאַרישע רעזשימען, סײַ די דײַטשישע נאַציסטן, סײַ די אָרטיקע נאַציאָנאַליסטן, סײַ די סאָװעטישע קאָמוניסטן, האָבן פֿײַנט געהאַט די ייִדישע קולטור און אירע טוער.

אַ צאָל ייִדישע ליטעראַטן, און שרײַבמאַן בתוכם, האָבן געהאַט מזל צו אַנטלױפֿן פֿון די גזירות, אָבער אײניקע פֿון זײ האָבן לגמרי אױפֿגעהערט צו שרײַבן אױף ייִדיש. אַזאַ איז געװען דער פֿאַל מיטן קריטיקער בנימין טוטשינסקי, דער מחבר פֿון ביכער װעגן ה. לײװיק און דוד בערגעלסאָן. שרײַבמאַן דערמאָנט זיך, װי ער האָט אַ מאָל פֿאַר דער מלחמה געטראָפֿן טוטשינסקין אױף דער גאַס אין קעשענעװ: „װען כ’האָב אים אַ פֿרעג געטאָן פֿאַר װאָס ער קומט נישט אַרײַן אין שרײַבער־פֿאַראײן, אין גיכן װעלן דאָרט זײַן ייִדישע אָװנטן, האָט ער זיך װי געביטן אױפֿן פּנים, דאַכט זיך, עפּעס אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט, און מיר געענטפֿערט: ‘כ’בין איצטער נישט קײן שרײַבער. כ’בין דערװײַל אַ לערער אין אַ רוסישער שול. און כ’בין פֿאַרװאָרפֿן מיט אַרבעט איבערן קאָפּ.‟

בעת דער מלחמה איז טוטשינסקי עװאַקויִרט געװאָרן קײן צענטראַל־אַזיע, און מער האָט ער קײן אײן װאָרט ייִדיש ניט אָנגעשריבן, אַפֿילו אין „די בעסערער יאָרן‟ פֿון כרושטשאָװס „אָדליגע‟. און קײן אײן שפּור פֿון זײַן שעפֿערישער טעטיקײט איז אין גאַנץ קעשענעװ ניט פֿאַרבליבן: „נישט אין ביבליאָטעק, נישט אין אַן אַרכיװ, נישט פּריװאַט בײַ עמעצן — קײן אײן שורה נישט, קײן װאָרט נישט, נישט אין אַ ביכל, נישט אין אַ צײַטונג, אָדער אין זשורנאַל, גלײַך װי ס’האָט קײן מאָל דאָ נישט געלעבט, איז קײן מאָל נישט געזעסן דאָ און געשאַפֿן אַזאַ מענטש מיטן נאָמען בנימין טוטשינסקי.‟

שרײַבמאַנס זאַמלבוך „פּאָרטרעטן‟, װאָס איז מיט אַ סך ליבע און התמדה צוגעגרײט געװאָרן דורך זײַן תּלמיד באָריס סאַנדלער, מיט דער הילף פֿון שרײַבמאַנס אַלמנה מאַרינע, געהערט צו דעם אױטאָביאָגראַפֿישן זשאַנער „מײַן לעקסיקאָן‟. דער דאָזיקער זשאַנער איז פּאָפּולער געװאָרן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אַ דאַנק מלך ראַװיטשעס ריזיקן אױפֿטו, און יעדער נײַער בײַטראָג מאַכט די געשיכטע פֿון ייִדישער קולטור רײַכער און לעבעדיקער.

דער דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן יחיאל שרײַבמאַן קען מען באַשטעלן דורכן אָנקלינגען: 212-889-8200‬ ליניע ‭ ‬400