ייִדיש אָנעם חורבן — ווי וואָלט עס הײַנט אויסגעזען?

What would Yiddish be like if there had been no Holocaust?


פֿון הערשל גלעזער

Published December 20, 2015, issue of January 08, 2016.

אַ מאָל פּרוּוו איך זיך אויסמאָלן, וואָס פֿאַר אַ פּנים עס וואָלט געהאַט דאָס ייִדישע פֿאָלק בכלל און ס׳ייִדישע לשון בפֿרט, ווען עס וואָלט נישט געווען קיין חורבן. פֿון איין זײַט, האַלט איך נישט מיט די, וואָס שרײַבן, אַז דער כּוח פֿון דער אַסימילאַציע איז געווען אַזוי גרויס, אַז אין אַ דור־צוויי וואָלט מאַמע־לשון אין, למשל, פּוילן שוין אונטערגעגאַנגען, און דערמיט אַ היפּש ביסל פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטייגער אויך.

אויף דעם קוריאָז, אַז אין פּוילן זענען די גרויסע שטעט געווען צענטערס פֿון אַסימילאַציע — על כּולם, וואַרשע, און די שטעטלעך — די זײַלן פֿון ייִדישקייט, בשעת דאָ אין אַמעריקע, איז פֿאַרקערט האָבן שוין אָנגעוויזן אַנדערע. מיין איך, אַז אין די שטעטלעך וואָלטן נאָך געבליבן הונדערטער טויזנטער פֿרומע ייִדן, וואָס זיי וואָלטן אפֿשר אויך געקענט פּויליש, אָבער נישט געהאַט פֿאַר וואָס אויפֿצוהערן רעדן ייִדיש מיט אַנדערע ייִדן. אַחוץ דעם, וואָלט די בונדישע באַוועגונג און אַנדערע פֿאָנען־טרעגערס פֿון ייִדיש אַוודאי געזען, אַז דער יונגער דור זאָל זײַן נאַציאָנאַל געשטימט און בלײַבן בײַ זײַן נאַציאָנאַלער שפּראַך.

פֿון דער אַנדערער זײַט, ווייסן מיר, אַז נאָך פֿאַרן חורבן האָט מאַקס ווײַנרײַך זיך זייער געזאָרגט, אַז אַ גאַנצער דור גייט פֿאַרלוירן, און אַז זעליק קלמנאָוויטש האָט געהאַלטן, אַז דאָס פֿאָלק קען נישט לעבן אין זכות פֿון ייִדיש אַליין. איז אין דעם ענין תּיקו — מיר וועלן קיין מאָל נישט וויסן, וואָס ס׳וואָלט געוואָרן מיט ייִדן אין פּוילן, ווען נישט דער חורבן, ווער רעדט נאָך, ווען נישט אַלע רדיפֿות און נגישות אויף ייִדן, אויסגעפֿאַלן נאָך פֿאַרן חורבן.

אין איין פּרט, אָבער, מיין איך, וואָלטן די ייִדישיסטן געהאַט די זעלביקע טענות אַפֿילו אין אַ וועלט, וווּ אין פּוילן און די אַרומיקע לענדער זאָלן זיך נאָך אַלץ געפֿינען עטלעכע מיליאָן ייִדן. דאָ מוז איך דערמאָנען, נישט צום ערשטן מאָל, מײַן מורה־דרך, ד״ר מרדכי שעכטער ע״ה, וואָס האָט אין זײַן באַנד „לײַטיש מאַמע־לשון“ אַ קאַפּיטל, „צום ייִדיש פֿון איין און צוואָנציקסטן יאָרהונדערט“. דאָרטן נעמט ער זיך אָן סײַ פֿאַרן דורותדיקן באַניץ, סײַ פֿאַר אַ הײַנטצײַטיקן צוגאַנג צו דער שפּראַך. (ס׳איז גאָר נישט קיין צופֿאַל, וואָס דער אַרומנעמיקער ענגליש־ייִדישער ווערטערבוך, וואָס ער האָט פֿאַרטראַכט און וואָס וועט אין 2016 אַרויס, וועט זײַן געצילעוועט דער הויפּט אויפֿן ייִדיש פֿון 21סטן י״ה.)

איז אינעם קאַפּיטעלע „אויטענטיש ייִדיש“ ברענגט שעכטער טענות פֿון שרײַבערס און פֿילאָלאָגן — סײַ פֿון פֿאַר, סײַ פֿון נאָך דער מלחמה, וווּ זיי באַקלאָגן זיך, אַז ס׳פֿאָלק רעדט מיט „געדרוקטע ווערטער“ (יעקבֿ גלאַטשטיין), רעדט „פּרעסע־ייִדיש“ (אַהרן צייטלין), „באַמיט זיך צו רעדן אין דער כּלומרשטער ליטעראַרישער צײַטונגסשפּראַך“ (יהודה עלזעט), „גייט אויף שטאָלצן, מיט דער רעכטער האַנט צום לינקן אויער“ (מ. צאַנין), „בײַ הײַנטיקער צײַט, ווען אונדזער שפּראַכגעפֿיל איז אַזוי קאַליע געוואָרן“ (זלמן רייזען).

גלאַטשטיין האָט וועגן דעם געשריבן באַריכות, איז כּדאַי אים צו ציטירן אַ ביסל לענגער, פֿון אַ קאַפּיטעלע „אויף אַ פֿילאָלאָגישער עקספּעדיציע“ (פֿונעם ערשטן באַנד „אין תּוך גענומען“):

„צײַטונג־ייִדיש איז זייער אַ געזונטע זאַך אין דער אייגענער ספֿערע. אָבער ווען איז דאָס גערעדט געוואָרן, אַז דאָס ווערט אַ טייל פֿון אַ גרויסער סימפֿאָניע פֿון סטילן… ס׳איז אַ פֿאַרכּישופֿטער קרײַז. מע שרײַבט אַ געשריבענעם ייִדיש און ניט קיין גערעדטן און מע רעדט אַ געשריבענעם ייִדיש“. די ווערטער האָט גלאַטשטיין טאַקע אָפּגעדרוקט אין 1947, אָבער נאָך פֿריִער, ווי מיר האָבן שוין געזען, האָט מען אָנגעהויבן האָבן טענות צו דער פּרעסע סײַ ווײַל איר סטיל הינקט אונטער, סײַ ווײַל דאָס פֿאָלק מאַכט אָט דעם סטיל נאָך. דער בונד איז, דאַכט זיך, נישט געווען בעסער — מע האָט טאַקע געהאַלטן, אַז ייִדיש מוז מען רעדן, אָבער אויף וואָס פֿאַר אַ ניוואָ? מיר איז אויסגעקומען צו לייענען אַ סך דאָקומענטן פֿונעם בונד־אַרכיוו; כאָטש פֿונעם אַרכיוו קען מען נישט מאַכן קיין אויספֿיר, אַז אַלע בונדיסטן האָבן גערעדט אַזאַ לשון, בין איך פֿונדעסטוועגן, געבליבן געפּלעפֿט, ווי אָרעם עס איז דאָס, וואָס גלאַטשטיין, אינעם זעלביקן טעקסט, האָט אָנגערופֿן „בייסיק־ייִדיש פֿאַר דער צײַטונג“.

נאָך פֿאַרן חורבן זענען דאָך שוין אויך אויפֿגעקומען פֿאַרקערטע טענות, אַז די פֿילאָלאָגן זענען „פּוריסטן“, וואָס ווילן בײַם פֿאָלק צונעמען זײַן שווער פֿאַרהאָרעוועט לשון. אָט דאָס קען מען אויך אָפּפֿרעגן מיט גלאַטשטיינס ווערטער: „אַ מאָל כאַפּט אָן אַ חשק אַרײַנצוקוקן אין אַ ייִדיש ביכל, וואָס געהערט צו דער צײַט, ווען ייִדיש האָט זיך נאָך גערעדט פֿון זיך אַליין… ס׳פֿעלן די ליבהאַרציקע אָרעמאַנסקע רייד, די פֿאָלקישע, די וואַסער־טרעגערישע, די האָרעפּאַשנע“.

נישקשה, מיט אַ גרעסערן צומיש פֿונעם אַלטפֿרענקישן לשון, ווי אויך פֿון די סאַמע נײַסטע ווערטער, וועט ס׳פֿאָלק (אויף וויפֿל ס׳איז נאָך דאָ) נישט בלײַבן אָן לשון. פֿאַרקערט, ס׳וועט באַרײַכערט ווערן. איז לאָמיר זיך נעמען צום האַרצן גלאַטשטיינען, רייזענען, עלזעטן, צייטלינען, צאַנינען, שעכטערן, און נישט נאָר רעדן און שרײַבן אויף ייִדיש, נאָר אויך מיט אַ כּוונה עס צו טאָן אַלץ בעסער, אַלץ שענער, אַלץ רײַכער.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.