ייִדיש צי אירלענדיש?

Yiddish or Irish?

אַ ייִדישע חתונה אין וואָטערפֿאָרד, אירלאַנד, 1901
Wikimedia Commons
אַ ייִדישע חתונה אין וואָטערפֿאָרד, אירלאַנד, 1901

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 20, 2015, issue of January 08, 2016.

דעם 3טן דעצעמבער האָט די אירלענדישע צײַטונג „אײַריש טײַמס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל וועגן ייִדיש פֿונעם שרײַבער און זשורנאַליסט פֿרענק מאַק׳נאָלי, וועלכער פֿירט אַ שטענדיקע טעכלעכע רובריק מיטן נאָמען „אַן אירלענדערס טאָגבוך‟. מיט אַ הומאָריסטישן טאָן, דערציילט דער מחבר וועגן דעם אירלענדישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש און פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדיש און אירלענדיש.

אינעם ענגלישן סלענג איז פֿאַראַן דאָס וואָרט „שענאַניגענס‟ (shenanigans), וואָס מיינט שווינדלערישע אָדער קאַטאָוועסדיקע קונצן. מע ווייסט, אַז דאָס דאָזיקע ווערטל איז שוין געווען באַקאַנט אינמיטן דעם 19טן יאָרהונדערט. די עטימאָלאָגיע בלײַבט אָבער אומקלאָר. לויט די פֿאָנעטישע אייגנשאַפֿטן, קאָן עס שטאַמען פֿון אַ פֿאַרקריפּלט ייִדישער אָדער אירלענדישער פֿראַזע; עפּעס אַ פֿראַזע מיט אירלענדישן וואָרט „שינאַך‟ איז טאַקע אַ מעגלעכער קאַנדידאַט.

דאָס וואָרט „שעמאָזל‟ מיינט אויפֿן ענגלישן סלענג פֿון אירלאַנד אַ מהומה אָדער אַ שלעכט מזל. שטאַמען שטאַמט עס פֿונעם ייִדישן „שלימזל‟ און האָט זיך פֿאַרשפּרייט און אײַנגעוואָרצט אויפֿן גרינעם אינדזל מיט איבער 100 יאָר צוריק. מאַק׳נאָלי באַמערקט, אַז אַ גאַנצע ריי ווערטלעך מיט אַ נעגאַטיוון טעם אָדער בפֿירושע קללות, וואָס הייבן זיך אָן מיט אַ „שין‟, וואָס זענען אין גאַנג בײַ די ענגליש־רעדער אין זײַן לאַנד, שטאַמען פֿון ביידע שפּראַכן, וואָס דינען ווי אַ רײַכער קוואַל פֿונעם ענגלישן גאַסן־סלענג.

דער זשורנאַליסט אויף אַ קאָמישן אופֿן באַמערקט אַ פֿאַרבינדונג צווישן צוויי שפּראַכן, וואָס אין זייער היסטאָרישן גורל קאָן מען טאַקע באַמערקן אַ סך פּאַראַלעלן, אַחוץ די פֿאָנעטישע טשיקאַוועסן. סײַ אין ייִדיש, סײַ אין אירלענדיש, טרעפֿט זיך כּסדר אַ „חית‟. פֿאַר אַן ענגליש־רעדער קלינגט עס פֿרעמד און קאָמיש. וואָס שייך די אַנדערע קאָנסאָנאַנטן, קאָן מען אין ביידע פֿאַלן באַמערקן אַ געוויסע ענלעכקייט צו די סלאַווישע שפּראַכן, צוליב דעם חילוק צווישן האַרטע און ווייכטע קלאַנגען. די וויכטיקסטע ענלעכקייט באַשטייט אָבער אינעם שווערן מצבֿ פֿון מינאָריטעט־שפּראַכן, וואָס האָבן געליטן פֿון אַ סך צרות און רדיפֿות. אין אַמעריקע ווערן זיי אָפֿט באַטראַכט ווי די אַלטמאָדישע לשונות פֿון דער אַלטער היים, אויף וועלכע אירלענדישע און ייִדישע באָבע־זיידעס פֿלעגן שמועסן צווישן זיך, כּדי די אייניקלעך זאָלן נישט פֿאַרשטיין זייערע סודות.

אַ טייל מענטשן ווייסן נישט אַפֿילו, אַז די אירלענדער האָבן אַן אייגענע אוראַלטע קעלטישע שפּראַך מיט גאָר אַ רײַכער ליטעראַטור, וואָס אַנטוויקלט זיך במשך פֿון 1500 יאָר. די אירלענדיש־געלישע שפּראַך איז אַ סך עלטער פֿון ענגליש און שיידט זיך אַזוי שטאַרק אונטער פֿון די אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן, אַז אינעם 18טן יאָרהונדערט האָבן גענוג לינגוויסטן געגלייבט, אַז עס שטאַמט גאָר פֿון לשון־קודש.

צוליב דעם בריטישן קאָלאָניאַליזם איז אָבער אירלענדיש אונטערגעגאַנגען. די קאָלאָניזאַטאָרן האָבן זיך באַנוצט מיט שרעקלעכע מיטלען, אַרײַנגערעכנט פּײַניקונגען און מאַסן־רציחה, כּדי פּטור צו ווערן דאָס „עקשנותדיקע‟ לשון. די קאָלאָניזאַציע האָט גורם געווען דעם גרויסן הונגער אין די יאָרן 1845—1852, בעת וועלכן בערך אַ מיליאָן אירלענדער זענען אומגעקומען און אַ סך אַנדערע זענען אַנטלאָפֿן קיין אַמעריקע און אַנדערע לענדער. אַזוי ווי בײַ ייִדן, האָט די אירלענדישע מאַסן־עמיגראַציע געהאַט צו טאָן מיט בלוטיקע רדיפֿות און צרות. ביידע מינים אימיגראַנטן האָבן אָבער זיך נאָסטאַלגיש באַצויגן צו דער שפּראַך און קולטור פֿון זייער אַלטער היים, און האָבן אַרײַנגעבראַכט פֿאַרשיידענע אייגנאַרטיקע ווערטלעך אינעם ענגלישן שמועס־וואָקאַבולאַר.

ס׳איז וויכטיק צוצוגעבן אַ גרויסן חילוק. די אירלענדישע רעגירונג לייגט אַרײַן אַ סך געלט, האָפֿנדיק אויפֿצולעבן די אָריגינעלע שפּראַך פֿונעם לאַנד, וואָס בלײַבט צוליב נאַטירלעכע סיבות לעבעדיק, אָבער בלויז אין געוויסע ראַיאָנען. ס׳רובֿ אירלענדער רעדן הײַנט רק אויף ענגליש. הלוואַי וואָלטן די ייִדיש־אינסטיטוציעס באַקומען אַזויפֿיל שטיצע אויף ביכער, פּרעסע, ראַדיאָ־סטאַנציעס און אייגענע טעלעוויזיע־קאַנאַלן. אַזוי צי אַזוי, זענען די טשיקאַווע פּאַראַלעלן צווישן ביידע שטאַרק געליטענע מינאָריטעט־שפּראַכן טאַקע אינטערעסאַנט און באַלערנדיק.