ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published December 22, 2015, issue of January 08, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

עכטע חנוכּה־„פּאָנטשקעס‟ פֿאַר ישׂראלים

אַז איך האָב נישט קיין טעות שטאַמען אונדזערע „פּאָנטשקעס‟ פֿון די פּוילישע „פּאָנטשעק‟ — סײַ לינגוויסטיש, סײַ קולינאַריש. אַ ישׂראלדיקער שעף, אין איינעם מיטן פּוילישן אינסטיטוט אין תּל-אָבֿיבֿ, האָט געבראַכט קיין ישׂראל אַ יונגע פּוילישע שעפֿין מיטן נאָמען מאָניקאַ קשאַמינסקאַ. דער ציל: זי זאָל לערנען די ישׂראלים אין די חנוכּה־טעג, ווי אַזוי צו מאַכן אמתע פּוילישע פּאָנטשקעס.

דער ישׂראלדיקער שעף, אַ יונגער מאַן מיטן נאָמען אסף (אַסאַף), וואָס האָט אײַנגעלאַדן זײַן פּוילישע קאָלעגין, באַקלאָגט זיך, אַז די ישׂראלדיקע פּאָנטשקעס, אָדער ווי מען רופֿט זיי אין ישׂראל, „סופֿגניות‟, האָבן זיך אינדוסטריאַליזירט און האָבן דערפֿאַר פֿאַרלוירן דעם אמתן היימישן טעם פֿון אַמאָל. זיי זענען געוואָרן אַ וואַריאַנט פֿון די אַמעריקאַנער „דאָנאַטס‟, זאָגט ער. די פּוילישע שעפֿין העלפֿט אונדז, גיט ער צו, זיך צוריקצוקערן צו די עכטע און געשמאַקע פּוילישע וואָרצלען פֿון די פּאָנטשקעס.

ווי באַקאַנט, איז חנוכּה אָן פּאָנטשקעס, ווי אַ חתונה אָן כּלי-זמרים. די פּוילישע שעפֿין האָט ליב אָנצופֿילן אירע פּאָנטשקעס מיט אײַנגעמאַכטס פֿון „ווײַנשל‟־טאָמאַטן.

די פּוילישע קיך בכלל, און די ייִדישע פּוילישע קיך בפֿרט, זאָגט זי, האָט אַ שיינע טראַדיציע, אָבער דאָס הייסט נישט, אַז זי קען נישט זײַן נאָוואַטאַריש.

קינדער פֿון דער „פֿונדאַציע ייִדיש‟ זינגען ייִדישע און העברעיִשע לידער

אין די חנוכּה־טעג זײַנען געווען אַ סך וואַרשטאַטן פֿאַר קינדער. די קינדער מאַלעווען חנוכּה־לעמפּלעך, שפּילן זיך מיט דריידלעך וכדומה. אַ וואַרשטאַט, וווּ קינדער לערנען זיך זינגען חנוכּה־לידער איז שוין שווערער צו געפֿינען. וואַרשטאַטן וווּ די קינדער קענען לייענען און שרײַבן די העברעיִשע און ייִדישע לידער און אַפֿילו פֿאַרשטיין, וואָס זיי זינגען, זענען כּמעט נישט בנימצא.

דערפֿאַר איז די „פֿונדאַציע ייִדיש‟ אַ פּאָזיטיווער אויסנאַם. די קינדער פֿון דער „פֿונדאַציע ייִדיש‟ האָבן געזונגען פֿאַרן עולם פֿון דער פּראָגרעסיווער שיל „עץ חיים‟, שבת דעם 5טן דעצעמבער. זיי האָבן געזונגען אַ ריי לידער פֿון „סבֿיבֿון, סובֿ, סובֿ סובֿ‟ ביז „חנוכּה, אוי חנוכּה‟ און טאַקע אויף אַ שיינעם ייִדיש. די „פֿונדאַציע ייִדיש‟ גיט אויך עבֿרית־ און ייִדיש־קורסן און טאַקע נאָר פֿאַרן קליינוואַרג. דער מיניסטעריום פֿון דיגיטאַליזאַציע און ציפֿריזאַציע שטיצט די דאָזיקע באַשיידענע אָבער סימפּאַטישע אונטערנעמונג.

דער היסטאָרישער זשעסט פֿונעם דײַטשישן קאַנצלער ווילי בראַנדט

ווילי בראַנדט
ווילי בראַנדט

בימים ההם בזמן הזה… אין די טעג, מיט 45 יאָר צוריק, האָט דער דײַטשישער קאַנצלער ווילי בראַנדט ממש שאָקירט דעם עולם מיט אַן אומדערוואַרטן זשעסט. בשעת זײַן באַזוך אין וואַרשע האָט ער געקניט פֿאַרן אָנדענק פֿון די געטאָ־קעמפֿער. ער האָט אויף אַזאַ אופֿן געבעטן מחילה בײַ די געטאָ־ייִדן פֿאַר די חטאים פֿונעם דײַטשישן פֿאָלק. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ סך דײַטשן האָבן דעמאָלט קריטיקירט זייער קאַנצלער, וואָס האָט, לויט זיי, איבערגעכאַפּט די מאָס אין זײַן סימפּאַטיע צו די חורבן-קרבנות.

ווי באַקאַנט, איז „פּולין‟ דער מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן, געבויט אויפֿן זעלבן סקווער, וווּ עס געפֿינט זיך דער געטאָ־דענקמאָל. דער סקווער הייסט הײַנט דער „ווילי בראַנדט סקווער‟, טאַקע צוליב דעם היסטאָרישן זשעסט פֿונעם דײַטשישן קאַנצלער.

אין אַ צערעמאָניע לכּבֿוד ווילי בראַנדט האָט פּראָפֿעסאָר דאַריוש סטאָלאַ פֿונעם מוזיי „פּולין‟ דערקלערט, אַז ווילי בראַנדט האָט דעמאָלט אויף אַ דעמאָנסטראַטיוון אופֿן באַטאָנט, אַז דאָס גאַנצע דײַטשישע פֿאָלק טראָגט אַ היסטאָרישן אַחריות פֿאַרן חורבן.

בראַנדטס נסיעה אין יאָר 1970 האָט געהאַט אַ זייער וויכטיקן ציל. דײַטשלאַנד האָט דעמאָלט אָנערקענט, אַז די נאָכמלחמהדיקע אָדער נײַסטע גרענעץ וועט בלײַבן די דעפֿיניטיווע גרענעץ צווישן דײַטשלאַנד און פּוילן. מיט אַנדערע ווערטער, דײַטשלאַנד האָט דערקלערט, אַז זי איז מקריבֿ אַ לאַנגע ריי דײַטשישע שטעט, צווישן זיי ברעסלוי, אויפֿן מזבח פֿון שלום אין אייראָפּע.

איידער ער האָט אונטערגעשריבן דעם פּאָליטישן אָפּמאַך צווישן זײַן לאַנד און פּוילן אינעם פּוילישן מלוכישן פּאַלאַץ איז ווילי בראַנדט עולה־לרגל געווען צו דעם געטאָ־דענקמאָל. נישט נאָר די דײַטשן זענען נישט געווען אַנטציקט פֿונעם דאָזיקן זשעסט. די דעמאָלטיקע קאָמוניסטישע, און אין גרויסן טייל, אַנטיסעמיטישע פּוילישע מאַכט איז געווען שטאַרק דענערווירט פֿון בראַנדטס בעטן מחילה בײַ די אויסגעהרגעטע פּוילישע ייִדן. די דיפּלאָמאַטן און זשורנאַליסטן זענען געווען אין גאַנצן דערשטוינט פֿון ווילי בראַנדטס אומדערוואַרטן איידעלן זשעסט.