„די גאָלדענע כּלה‟ אין „פֿאָלקסבינע‟

The Golden Bride at the Folksbiene

די מיידלעך אין שטעטל זינגען בײַם טײַך אין אַ סצענע פֿון דער פּיעסע „די גאָלדענע כּלה‟
Ben Moody
די מיידלעך אין שטעטל זינגען בײַם טײַך אין אַ סצענע פֿון דער פּיעסע „די גאָלדענע כּלה‟

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published December 23, 2015, issue of January 08, 2016.

2015 איז געווען אַ געוואַלדיק יאָר פֿאַר דער „פֿאָלקסבינע‟.

דער עלטסטער און חשובֿסטער ייִדישער טעאַטער אויף דער וועלט האָט געפּראַוועט זײַן 100סטן געבוירן־טאָג מיט אַ היסטאָרישן פֿעסטיוואַל אין יוני, וואָס האָט צוגעצויגן העכער 50,000 מענטשן אויף מער ווי הונדערט קאָנצערטן, פֿאָרשטעלונגען און אַקאַדעמישע רעפֿעראַטן. דער טעאַטער האָט זיך אויך אַרײַנגעצויגן אינעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה‟, וואָס ביידע אָרגאַניזאַציעס האָפֿן, וועט בלײַבן דער „פֿאָלקסבינעס‟ שטענדיקער היים.

מאָטל דידנער, דער וויצע־קינסטלערישער לײטער בײַ דער „פֿאָלקסבינע‟, האָט מיר דערקלערט בעת אַ שמועס אין זײַן ביוראָ אין יוני, אין סאַמע־ברען פֿונעם „קולטורפֿעסט‟, אַז די „פֿאָלקסבינע‟ באַטראַכט איר נײַע היים ווי אַן אָנהייב פֿון אַ נײַער תּקופֿה פֿאַרן טעאַטער. דידנער האָט דעמאָלט בפֿירוש דערמאָנט, אַז די גרעסערע בינע און פֿאַרשידענע באַקוועמלעכקייטן, וואָס קומען צוזאַמען מיטן האָבן אַ פּערמאַנענטע היים, וועלן דערמעגלעכן, אַז די „פֿאָלקסבינע‟ זאָל מאַכן פֿאָרשטעלונגען פֿון אַ גרעסערן פֿאַרנעם.

דאָס זעט מען בולט אין דער איצטיקער אויפֿפֿירונג פֿון „די גאָלדענע כּלה‟, וואָס נעמט אַרײַן אַ ריזיקן אַנסאַמבל פֿון 20 מענטשן, אַן אָרקעסטער פֿון 14 אינסטרומענטן און אומצאָליקע בײַטן פֿון קאָסטיומען. אַזאַ ריזיקע פֿאָרשטעלונג דינט טאַקע ווי אַ פּאַסיקער אופֿן אָנצוהייבן אַ נײַע תּקופֿה פֿאַרן טעאַטער. טשיקאַווע איז אָבער דער פֿאַקט, אַז פֿאַר אַזאַ אָנהייב האָט די „פֿאָלקסבינע‟ דווקא אויסגעקליבן אַ פּיעסע פֿון גאָר אַן אַנדער צײַט, די 1920ער יאָרן.

„די גאָלדענע כּלה‟ האָט געהאַט איר פּרעמיערע דעם 9טן פֿעברואַר, 1923, אויף דער צווייטער עוועניו, דער ייִדישער „בראָדוויי‟, פֿאַר אַן עולם פֿון העכער 2,000 ייִדן. די שפּיל, אַ געמיש פֿון אַן אָפּערעטע און אַ מוזיקאַלישער קאָמעדיע, איז געוואָרן אַ ריזיקער שלאַגער. מיט ענערגעטישער מוזיק פֿונעם באַרימטן קאָמפּאָזיטאָר יוסף רומשינסקי, אַ קאָמישער (און צומאָל אַבסורדישער) סצענאַר פֿון פֿרידע פֿרײַמאַן און גאָר קלוגע געגראַמטע לידער פֿון לויִס גילראָד, האָט „די גאָלדענע כּלה‟ שטאַרק אויסגענומען בײַם אימיגראַנטישן עולם, וואָס האָט געוואָלט געניסן פֿון אַ הומאָריסטישער ליבע־געשיכטע און אַ ביסל זיך אָפּלאַכן פֿון זייער אייגענער אימיגראַנטישער דערפֿאַרונג.

כאָטש די שפּיל איז געבליבן פּאָפּולער העכער 25 יאָר און אויפֿגעפֿירט געוואָרן איבער גאַנץ אַמעריקע, ווי אויך אין אַרגענטינע, ענגלאַנד און מערבֿ־אייראָפּע, איז זי לסוף פֿאַרגעסן געוואָרן צוזאַמען מיט כּמעט אַלע מײַסטער־ווערק פֿון דער „גאָלדענער תּקופֿה‟ פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער. קיין גאַנצער סצענאַר פֿון דער פּיעסע און מוזיק איז אין ערגעץ ניט פֿאַרבליבן.

די „פֿאָלקסבינע‟ האָט געקענט די פּיעסע אויפֿלעבן בלויז אַ דאַנק דער שווערער האָרעוואַניע פֿונעם מוזיקאָלאָג ד׳׳ר מײַקל אָקס, וואָס האָט רעסטאַוורירט די פּיעסע אויפֿן סמך פֿון פֿאַרשידענע טיילן פֿון די מוזיק־מאַנוסקריפּטן און סצענאַרן, וואָס ער האָט געפֿונען אין פֿאַרשידענע אַרכיוון. געוויסע אומפּינקטלעכקייטן אין דער מוזיק האָבן די רעזשיסאָרן, ברײַנע וואַסערמאַן און מאָטל דידנער, געדאַרפֿט אויסאַרבעטן בעת די צוגרייטונגען און פּראָבעס מיטן מוזיקאַלישן דירעקטאָר זלמן מלאָטעק. די וווּנדערלעכע קאָסטיומען האָט איזי פֿילדס, דער קאָסטיום־דיזײַנער, באַשטעלט אויפֿן סמך פֿון די צייכענונגען און בילדער פֿון דער אָריגינעלער פּראָדוקציע, און די כאָרעאָגראַפֿין מערעט מוענטער האָט געשאַפֿן די גלענצדיקע טענץ־נומערן אויפֿן סמך פֿון די טענץ, וואָס זענען געווען פּאָפּולער אין יענער צײַט אין אַמעריקע און רוסלאַנד.

יעדער הײַנטיקער ייִדישער טעאַטער, מחוץ דער חסידישער וועלט, שטויסט זיך אָן אין דער פּראָבלעם, אַז ס׳זענען פּשוט ניטאָ גענוג אַקטיאָרן, וואָס באַהערשן די שפּראַך, כּדי אויפֿצופֿירן אַ פּיעסע מיט בלויז ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן; בפֿרט בײַ אַזאַ שפּיל ווי „די גאָלדענע כּלה‟, וואָס נייטיקט זיך אין 20 געניטע אויסגעשולטע זינגער, וועלכע קענען גוט טאַנצן און האָבן דערצו אַ חוש פֿאַר הומאָר.

עס שאַפֿט זיך אַ דילעמע: מע דאַרף אָדער זוכן נאָר ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן און זיי אויסלערנען ווי אַזוי צו טאַנצן און זינגען אויף גאָר אַ הויכן ניוואָ, אָדער געפֿינען אַקטיאָרן מיט אַלע מעלות, וואָס קענען אָבער ניט קיין ייִדיש. דזשאַמי־בעט מאַרגאָליס, וואָס האָט אויסגעקליבן די אַקטיאָרן, האָט דווקא אויסגעקליבן די צווייטע ברירה: מע האָט געפֿונען די שטערן און זיי דערנאָך אויסגעלערנט, ווי אַזוי צו רעדן און זינגען אויף ייִדיש. און ס׳איז זיי געלונגען, כאָטש מע קען אַמאָל הערן, אַז געוויסע זינגער האָבן מער פּראַקטיק מיטן זינגען אויף דײַטש ווי אויף ייִדיש.

רייטשעל פּאָליקאַר איז וווּנדערלעך אין דער ראָלע פֿון „גאָלדעלע‟, אַ יונג מיידל, וואָס דערוויסט זיך, „אַז מײַן פֿאָטער, לאַנג זאָל ער לעבן, איז געשטאָרבן און האָט מיך איבערלאָזט מיליאָנען‟, און זאָגט די בחורים אין איר שטעטל, אַז ווער עס וועט געפֿינען איר לאַנג־פֿאַרלוירענע מאַמע, וועט מיט איר חתונה האָבן. אַ קלאַסישע אָפּערע־זינגערין, קען פּאָליקאַר דערגרייכן גאָר הויכע טענער, אָבער זי רעדט נאָך אַלץ קלאָר אַרויס די ווערטער אַפֿילו אינעם סאַמע־ברען פֿון אַ ליד. איר גאָלדעלע ווערט פֿאַרליבט אין מישע, געשפּילט פֿון קאַמרין דזשאָנסאָן, אַ שטאַרקער זינגער, וועמענס קול און טאַנץ־פֿעיִקייטן ציִען צו דעם אויפֿמערק פֿונעם עולם. אַ פֿאַרליבטער אין גאָלדעלע, פֿאָרט ער אויס די גאָרע וועלט, כּדי צו געפֿינען איר מאַמע.

די צוויי הויפּט־העלדן האָבן אַ פּאַראַלעל אין נאָך אַ פּאָרל, גאָלדעלעס שטיף־שוועסטער, חנהלע (דזשיליאַן גאָטליב) און איר אַמעריקאַנער חתן דזשעראָם (גלען סטיווין־אַלען). להיפּוך צום ערנסטן און דראַמאַטישן הויפּט־פּאָרל, זענען חנהלה און דזשאָרעם גרינגערע פּאַסאַזשירן, וואָס געפֿינען הומאָר אין די קולטורעלע אונטערשיידן צווישן זייערע לענדער און זייער שלימזל בײַם פּרובירן צו ווערן אַקטיאָרן. גלען סטיווין־אַלען איז אויסגעצייכנט ווי דער נאַרישער, אָבער גאַנץ וווילער אַמעריקאַנער, וואָס פֿאַרקערפּערט אין זיך די פֿריידן און ענטוזיאַזם פֿון די אַמעריקאַניזירטע ייִדן פֿון דער „דזשעז־תּקופֿה‟. דזשיליאָן גאָטליב, ווי חנהלע, שפּילט חנעוודיק די ראָלע פֿון אַ שטעטלדיק מיידל, וואָס מוז זיך אויסלערנען ווי אַזוי זיך צוצופּאַסן צו דער נײַער געזעלשאַפֿט, פֿון וואַנען עס איז געקומען איר חתן.

די אַקטיאָרן, וואָס שפּילן די אַנדערע אײַנוווינער פֿונעם שטעטל, וואָס קומען אַלע אָן מאַסנווײַז קיין אַמעריקע צווישן די צוויי אַקטן, שפּילן אַלע גאַנץ פֿעיִק זייערע ראָלעס. ספּעציעל מערקווערדיק זענען אָדם ב. שאַפּיראָ, וואָס שפּילט דעם קאָמישן און צומאָל גאַנץ אַבסורדישן שדכן, קלמן; און ברוס ריבאָלד און ליסאַ פֿישמאַן, וואָס שפּילן פּינחס און טויבע, די עלטערן פֿון חנהלע און שטיף־עלטערן פֿון גאָלדעלע.

די „פֿאָלקסבינעס‟ פֿאָרשטעלונג שאַפֿט גאָר אַן אַנדער אײַנדרוק פֿאַרן הײַנטיקן עולם, ווי די „גאָלדענע כּלה‟ האָט מסתּמא געשאַפֿן אין 1923. דער פּאַטריאָטישער לויב־געזאַנג צו אימיגראַציע, למשל, האָט גאָר אַן אַנדער טעם הײַנט, מיט 92 יאָר שפּעטער. דער איצטיקער צוקוקער ווייסט, אַז בלויז מיט אַ יאָר שפּעטער האָט מען כּמעט אין גאַנצן פֿאַרמאַכט די טויערן קיין אַמעריקע, און אַז די אײַנוווינער פֿון די שטעטלעך, פֿון וואַנען גאָלדעלע איז געקומען, זענען שפּעטער פֿאַרטיליקט געוואָרן בשעתן חורבן. פֿאַר אַן אימיגראַנטישן דור צוקוקער איז דער בכּיוון־צעבראָכענער אַמעריקאַנער ייִדיש פֿון דזשעראָם (ער רופֿט, למשל, אָן זײַן כּלה „קאַנעלע‟, ווײַל ער קען ניט ריכטיק אַרויסרעדן דעם „ח‟) געווען אַ קאָמישע אָפּשפּיגלונג פֿון זייערע אייגענע קינדער. הײַנט איז עס פֿאַר אַ סך מענטשן אין זאַל אַן אָפּשפּיגלונג פֿון זייערע באָבע־זיידעס, דער דור פֿון דזשעראָם, וואָס האָט זיך אויסגעגרינט און איז אַוועק פֿון דער ייִדישער קולטור.

אין אַ צײַט, אין וועלכער אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס קענען ניט קיין ייִדיש, אָבער פֿילן זיך סײַ ווי סײַ גאַנץ עמאָציאָנעל פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קולטור, דינט די שפּיל ווי אַ באַווײַז פֿון די מער טראַגישע עלעמענטן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער איבערלעבונג. די אַמאָליקע אימיגראַנטן, וואָס האָבן געשעפּט נחת פֿון דעם, אַז זייערע קינדער קענען קוים רעדן ייִדיש, האָבן אויפֿגעשטעלט דורות, וועלכע ווילן וויסן מער וועגן זייערע וואָרצלען. די נײַע פּראָדוקציע פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟ קען פֿאַר זיי דינען ווי אַ שיינע בריק צו דער קולטור פֿון זייערע אָבֿות. פֿון דער צווייטער זײַט, ווײַזט עס בולט אויך, וויפֿל קולטור מע האָט טאַקע פֿאַרלוירן דורכן פּראָצעס פֿון אַמעריקאַניזאַציע.