טראָמפּס ייִדיש רייצט אויף די מעדיאַ

Trump’s Yiddish Excites the Media

דער רעפּובליקאַנער פּרעזידענט־קאַנדידאַט דאָנאַלד טראָמפּ רעדט פֿאַרן עולם, דעם 21סטן דעצעמבער, אין גרענד ראַפּידס, מישיגען
GettyImages
דער רעפּובליקאַנער פּרעזידענט־קאַנדידאַט דאָנאַלד טראָמפּ רעדט פֿאַרן עולם, דעם 21סטן דעצעמבער, אין גרענד ראַפּידס, מישיגען

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published December 27, 2015, issue of January 22, 2016.

איר האָט שוין בלי־ספֿק באַמערקט, אַז עס טוט זיך חושך מיטן וואָרט schlong, אָדער מיט זײַן ווערבאַלער פֿאָרם schlongen, וואָס איז אַרויסגעפֿלויגן פֿון דאָנאַלד טראָמפּס מויל. מיר איז פּשוט אינטערעסאַנט, ווען — און צי — עס וועט שוין קומען די ליכטיקע שעה, פֿון וועלכער די מענטשהייט וועט אָנהייבן פֿירן דעם חשבון פֿון דער תּקופֿה „נאָך טראָמפּן‟. דאָס הייסט, ווען מע וועט אויפֿהערן צו רעאַגירן אויף די ווילדקייטן, וועלכע שיטן זיך פֿון אָט דעם מויל. בײַ אונדז פֿלעגט מען וועגן אַזעלכע מענטשן זאָגן, אַז ער אָדער זי האָט אַ „שוואַרץ מויל‟, צי אַ „פּיסק‟. קיין חידוש ניט, אַז פֿון אַזאַ קוואַל גיסט זיך אַרויס אויך ניבול־פּה.

וואָס שייך ניבול־פּה, איז לאַנג באַוווּסט, אַז גאַנץ אָפֿט באַרײַכערט מען דעם דאָזיקן ווערטער־אוצר דורך לײַ־ווערטער פֿון אַנדערע שפּראַכן. אַזוי איז שוין געמאַכט דעם מענטשנס פּסיכאָלאָגיע: אַ לינגוויסטישע מיאוסקייט איז גרינגער אַראָפּצושלינגען, אויב זי איז אַ פֿרעמד־שפּראַכיקע. דעמאָלט קלינגט זי אייפֿעמיסטיש. אין רוסיש, אַ שטייגער, זײַנען אַ סך אַזעלכע ווערטער געווען געקומען פֿון טאָטעריש; און די רוסישע ווערטער־אוצרות האָבן, אין דעם זין, באַפּוצט העברעיִש. איך געדענק, ווי אַן אינטעליגענטנע רעדאַקטאָרין פֿון „קול־ישׂראל‟ האָט קאָמענטירט עפּעס אַ פּראָבלעם בשעתן רעדאַגירן. אין רוסלאַנד איז מיר אויסגעקומען צו הערן אַזעלכע „קאָמענטאַרן‟ נאָר פֿון פֿרויען, וואָס האָבן זיך געפֿונען אויף דעם סאַמע דנאָ פֿון דער געזעלשאַפֿט; אָבער פֿאַר אַ ישׂראלדיקער פֿרוי, אַ ניט קיין רוסיש־רעדנדיקער, האָט עס, אַ פּנים, געקלונגען לײַטיש.

אינטערעסאַנט, אַז פֿון ייִדיש האָט רוסיש באַקומען אַ גאַנץ ממשותדיקע צאָל באַגריפֿן, וועלכע זײַנען אַרײַן אין דעם לשון פֿון קרימינעלע עלעמענטן ווי אויך פֿון קלעזמער. צווישן אָט די אַנטלײַונגען זײַנען באמת וווּלגאַר נאָר געציילטע (ניצנדיקן דעם שפּראַכקענערישן זשאַרגאָן) „לעקסישע איינס‟. גאָר אַנדערש איז עס אין אַמעריקאַנער ענגליש. דערצו האָט מען פֿון דעם געמאַכט אַ גאַנצע אינדוסטריע. וויפֿל ביכער זײַנען שוין וועגן דעם אָנגעשריבן געוואָרן! צומאָל קען זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז ייִדיש האָט מען ספּעציעל צוגעטראַכט, כּדי צו האָבן אַ לשון פֿאַר ניבול־פּה.

אַגבֿ, איך בין אויסגעוואַקסן, אַרומגערינגלט מיט ייִדיש־רעדנדיקע מענער, וואָס פֿלעגן פֿון מאָל צו מאָל ווערן בייז און אַפֿילו זייער בייז. אַלע האָבן זיי געדינט אין דער אַרמיי, בפֿרט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, אַזוי אַז זיי האָבן זיך אָנגעהערט פֿאַרשיידענע זאַכן. איך געדענק אָבער ניט, זיי זאָלן ניצן זידל־ווערטער. זיי האָבן געקענט זאָגן, אַז עמעצער איז „אַ (שטיקל) גאָרנישט‟, „אַ פּאַסקודניאַק‟, „אַן אויסוווּרף‟, „אַ מאַלעומניק‟ (אַזאַ וואָרט איז בײַ אונדז געווען פֿאַר אַ נאַר), און נאָך עפּעס אַזעלכע זאַכן; אָבער נידעריקער פֿונעם פּופּיק פֿלעגט מען זיך, פֿונדעסטוועגן, ניט אַראָפּלאָזן.

איך גלייב, אַז דאָס זעלבע איז געווען אין ס’רובֿ אַמעריקאַנער ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות; ווען עס קומט הײַנט צום פּאָסמאַקעווען זיך מיט ייִדיש, הייבט זיך עס אָפֿט מאָל אָן און פֿאַרענדיקט זיך מיט ניבול־פּה. דערבײַ לויבט מען ייִדיש: ס’איז אַזאַ עמאָציאָנעל רײַכע שפּראַך!

אַזוי אַז די מעדיאַ־לײַט זײַנען געווען גוט צוגעגרייט. זיי האָבן זיך ממש דערפֿרייט, ווען טראָמפּ האָט גענוצט אַ ייִדישן וווּלגאַריזם. ס’איז פֿאַראַן אַזאַ מאָדנער זשאַנער פֿון זשורנאַליזם: מע קלײַבט צונויף ציטאַטעס און פֿון זיי שטוקעוועט מען צונויף אַן אַרטיקל: דער האָט עפּעס אַ זאָג געטאָן, יענער האָט עפּעס אַ זאָג געטאָן. אין איינעם פֿון אַזעלכע צונויפֿגעשטוקעוועטע אַרטיקלען האָב איך זיך אויך באַטייליקט, דאָס הייסט, מע האָט מײַן באַשיידענע מיינונג דאָרטן דערמאָנט.

זאָגן האָב איך געזאָגט, אַז פֿריִער איז מיר ניט אויסגעקומען צו הערן דעם דאָזיקן טראָמפּיזם. ווי אַזוי האָט זיך עס באַקומען? ערשטנס, בין איך ניט קיין „ריכטיקער‟ אַמעריקאַנער. צווייטנס, געהערט דאָס וואָרט schlong צו דעם וואָס מע רופֿט post-vernacular Yiddish, און איך געפֿין זיך, גאָט צו דאַנקען, אין דער „ווערנאַקולאַרער‟ פֿאַזע פֿון אונדזער שפּראַך.

ס’איז אַן ערך אַזוי ווי מיטן וואָרט „טוזשורקע‟, וואָס מע ניצט הײַנט ניט, אָבער פּרוּווט עס אַ „גוגל‟ צו טאָן, וועט איר זען, אַז די ייִדישע ליטעראַטור איז פֿול מיט אָט דעם וואָרט, וואָס מיינט אָדער אַ „מאַרינאַרקע‟, אָדער אַ „מונדיר‟ (אַ טייל פֿון אַן אוניפֿאָרם). דאָס וואָרט שטאַמט פֿון דעם פֿראַנצויזישן וואָרט toujours („שטענדיק‟, „אַלע טעג‟), אָבער אין דעם „פּאָסט־ווערנאַקולאַרן‟ פֿראַנצויזיש איז עס אַרײַן אין רוסיש און געשאַפֿן דעם „טאָג־טעגלעכן פּידזשאַק‟, און פֿון רוסיש — אין ייִדיש. „טוזשורקע‟ זאָגט גאָרנישט די פֿראַנצויזן, ווי schlong האָט מיר אויך, ביז לעצטנס, גאָרנישט ניט געזאָגט.