סוררעאַליסטישע וויגלידער פֿון אָלאַ בילינסקאַ

Surrealistic Lullabies by Ola Bilinska

אָלאַ בילינסקאַ
אָלאַ בילינסקאַ

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published December 30, 2015, issue of January 22, 2016.

אין וואַרשע האָב איך באַקומען אַ מתּנה פֿונעם „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט‟: אַ רעקאָרדירונג, אַרויסגעגעבן מיט אַ יאָר צוריק פֿון דער זינגערין אָלאַ בילינסקאַ. דאָס קאָמפּאַקטל הייסט „בעריאָזקעלע‟ [“Berjozkele”] מיטן אונטערקעפּל „ייִדישע וויגלידער‟. אין איר אַרײַנפֿיר צו דער רעקאָרדירונג שרײַבט זי, אַז „וויגלידער זענען אַ מוזיקאַלישער וועגווײַזער צו דעם מענטשנס אונטערבאַוווּסטזײַן און פֿונק­ציאָנירט ווי אַ גרענעץ צווישן וואַכקייט און חלום; אַ נסיעה אַרײַן אין דער וועלט פֿון קינדהייט, וואָס איז פֿול מיט אירע מוראס, אימאַזשן און סעלעקטיווע זכרונות.‟

ווי מע פֿאַרשטייט פֿון דעם, האָט די זינגערין נישט סתּם געוואָלט פֿאָרשטעלן אַלטע ייִדישע שול־ און פֿאָלקסלידער, נאָר האָט מיט די לידער געוואָלט אַרײַן אינעם מוח און אַרויסרופֿן בײַם צוהערער געפֿילן, וואָס מע וואָלט געוויינטלעך נישט געטראַכט, אַז זיי פּאַסן צום וויגליד. אַזוי ווי עס האַנדלט זיך וועגן חלומות, געהערט די באַשרײַבונג צו „סוררעאַליזם‟. איר ציל איז נישט מע זאָל מיטזינגען אָדער מיטפּאַטשן — לויט אירע אַראַנזשירונגען איז דאָס נישט מעגלעך, נאָר איבערלעבן די חלום־שטימונג, וואָס זי שאַפֿט דורך קלאַנגען.

פּראָפֿעסאָר מאַריאַן פֿוקס שרײַבט אינעם באַגלייט־ביכל, אַז די וויג­ליד־טראַדיציע אויף ייִדיש האָט אינ­ספּירירט די שאַפֿונגען סײַ בײַ די פּאָעטן, סײַ בײַ די קלאַסישע מוזיקער. עס איז באַ­קאַנט, אַז אינעם ייִדישן וויגליד רעדט די מאַמע נישט בלויז צום קינד, נאָר אויך צו זיך אַליין, און רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן. איינס פֿון די לי­דער וואָס בילינסקאַ זינגט — פֿון ה. לייוויק, און לייבו לעווין — איז אַ גוטער משל פֿונעם וויגליד פֿאַר דער­וואַקסענע:

לייג דײַן קאָפּ אויף מײַנע קני גוט אַזוי צו ליגן
קינדער שלאָפֿן אײַן אַליין
גרויסע דאַרף מען וויגן

בילינסקאַ איז נישט בלויז די זינגערין, נאָר אויך די הויפּט־מוזיקערין. איר שפּילן אויף פֿאַר­שיידענע עלעקטראָנישע אינ­סטרו­מענטן, ווי דער „סינטעסײַזער‟ און „מוג־פֿוגער‟ שטעלן מיט זיך פֿאָר די הויפּט־קלאַנגען אויף דער רע­קאָרדירונג און שאַפֿן דאָס געפֿיל בײַם צו­הערער, אַז ער איז האַלב־וואַך, האַלב פֿאַר­שלאָפֿן. די אינ­סטרו­מענטן און קלאַנגען, אַגבֿ, זענען גע­ווען זייער פֿאַרשפּרייט אין די 1970ער יאָרן אין דער פּאָפּולערער ראָקמוזיק פֿון אַמע­ריקע, וועט די מוזיק אויך אַרויסרופֿן געפֿילן פֿון נאָסטאַלגיע בײַ מענטשן פֿון מײַן דור, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין יענע יאָרן.

אין גאָלדפֿאַדענס ליד „שלאָף מײַן פֿייגעלע‟ הערט זיך אַ שוואַכע באַגלייטונג צום קול, און דאָס ליד וואַרפֿט אָן אַ פּחד מיט זײַן שטימונג; אין תּוך, ווערט גאָלדפֿאַדענס ליד מגולגל אין אַ חורבן־ליד, פֿול מיט מורא און שרעק.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.