נײַעס פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published December 29, 2015, issue of January 22, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

פּאָליטיקער באַשולדיקט ייִדן אין די אַנטי־רעגירונג דעמאָנסטראַציעס

פּאַוועל קוקיז האָט אַ קליינע שטימע און אַ גרויסע קרומע נאָז. הײַנט צו טאָג האָבן מיר אָבער מיקראָפֿאָנען און כּל־המינים קלאַנג־מכשירים, וואָס אַ דאַנק זיי, קען יעדער איינער זינגען אויף דער בינע. פֿאַרשטייט זיך, אַז אָן אַ ביסל רעש אין דער מעדיאַ גייט עס נישט. דערפֿאַר האָט קוקיז געשאַפֿן אַ ראָק, ויש אומרים פּאַנק־ראָק גרופּע מיטן נאָמען „ציצן‟. וועט איר פֿרעגן: צי האָט עס נישט צו טאָן מיט אונדז ייִדן? כאַפּט נישט. באַלד וועלן מיר אײַך געבן צו פֿאַרשטיין.

איז אַזוי. קוקיז האָט באַשלאָסן, אַז ער וויל ווערן אַ פּאָליטיקער. אין די לעצטע וואַלן האָט קוקיז באַקומען מער ווי 20 פּראָצענט פֿון די שטימען. וואָס האָט ער בדעה צו טאָן פֿאַר פּוילן איז נישט קלאָר, אָבער קינד־און־קייט ווייסן, קעגן וואָס ער פּראָטעסטירט. למשל, קעגן דער עמיגראַציע פֿון יונגע פּאָליאַקן פֿון פּוילן. קעגן די אַבאָרטן. קעגן די, וואָס ווילן באַגרענעצן דעם באַניץ פון פּוילישע קוילן, און נאָך און נאָך. הכּלל, ער שטעלט זיך אַרויס פֿאַר דער עפֿענטלעכקײט ווי אַ געטרײַער פּוילישער נאַציאָנאַליסט.

וואַרשע האָט געזען לעצטנס גרויסע דעמאָנסטראַציעס קעגן דער נײַער רעכטער רעגירונג. די נײַע רעגירונג, זאָגן די לינקע דעמאָנסטראַנטן, וויל אַריינפֿירן נײַע רעכטע ריכטער אינעם פּוילישן הויכן געריכט. די לינקע טענהן אויך, אַז די נײַע רעגירונג וויל בײַטן די קאָנסטיטוציע. די ליבעראַלע אָפּאָזיציע אָבער טענהט, אַז די רעגירונג האָט נישט קיין רעכט דאָס צו טאָן. הייסט עס, אַז די לינקע און ליבעראַלע קרײַזן באַשולדיקן די נײַע רעגירונג אין דעם, וואָס זי וויל שאַפֿן אין פּוילן ממש אַ דיקטאַטור.

ווער זשע שטייט הינטער די דעמאָנסטראַנטן? לויט קוזיקן זענען דאָס אַנטי־פּוילישע ייִדישע קרײַזן. די ייִדישע באַנקירן האָבן געשיקט גאַנצע 150 מיליאָן זלאָטעס, כּדי צו שטיצן די לעצטע דעמאָנסטראַציעס, טענהט ער.

מסתּמא, גייט דאָ אַ רייד וועגן דעם ייִדישן מיליאַרדער דזשאָרזש סאָראָס. סאָראָס האָט געשאַפֿן אין פּוילן די אַזוי גערופֿענע „סטעפֿאַן באַטאָרי פֿונדאַציע‟. פֿאַר וואָס סטעפֿאַן באַטאָרי? ווייל סטעפֿאַן באַטאָרי איז געווען אַ טאָלעראַנטער פּוילישער קעניג. דער ציל פֿון דער דאָזיקער פֿונדאַציע איז צו העלפֿן שאַפֿן אין פּוילן אַ מער דעמאָקראַטישע און טאָלעראַנטע סבֿיבֿה.

פֿאַר קוזיקן איז דאָס אַלץ בלויז אַ תּירוץ פֿאַר די בענטשליכט. ער חזרט איבער די סלאָגאַנען פֿון די פֿאַרמלחמהדיקע פּוילישע אַנטיסעמיטישע פּאַרטייען, וואָס האָבן געהאַלטן, אַז פּוילנס גרעסטע פּראָבלעם זענען די ייִדן. ספּעציעל די ייִדן, וואָס מישן זיך אַרײַן אין דער פּוילישער פּאָליטיק. און וואָס ווילן די ייִדן? דער ענטפֿער איז זייער אַ פּשוטער. די ייִדן ווילן חרובֿ מאַכן די פּוילישע מלוכה. פֿאַר וואָס? ווײַל זיי זענען ייִדן! ייִדן ווילן חרובֿ מאַכן די וועלט — דאָס איז שוין זייער נאַטור.

איך קען פּערזענלעך עטלעכע וואַרשעווער, דאָס רובֿ נישט־ייִדן, וואָס האָבן לעצטנס דעמאָנסטרירט קעגן דער נײַער רעגירונג. זיי האָבן דאָס געטאָן לשם שמים, דהײַנו, נישט צוליב געלט, נאָר פּשוט, ווײַל זיי האַלטן נישט פון דער נײַער רעגירונג.

פֿון דעסטוועגן וואָלט אפֿשר נישט געשאַט, ווען סאָראָס וואָלט געלייענט אחד העמס באַרימט בוך „עבדות בתוך חירות‟. דאָרט שרײַבט אשר גינזבורג (אחד העם) אַז ייִדן האַלטן פֿאַר זייער מיסיע צו דערציִען די וועלט. די צרה איז אָבער, גיט אחד העם צו, אַז די תּלמידים האָבן פֿײַנט זייערע לערער. אַזוי פֿירט זיך די וועלט פֿון תּמיד אָן.

אַ שאָד וואָס סאָראָס ניצט נישט זיין פֿאַרמעגן צו שטיצן, לאָמיר זאָגן, די ייִדישע דערציִונג און קולטור. ווען ער שאַפֿט בחינמדיקע דערציִונג פֿאַר ייִדישע קינדער אין אייראָפּע, וואָלט קיינער נישט געהאַט קיין טענות צו אים, נישט די ייִדן און אַפֿילו נישט די גויים.

נײַער בילדער־אַלבאָם שילדערט דאָס ייִדישע לעבן פֿאַרן חורבן

SWIAT UTRACONY — אַ פֿאַרלוירענע וועלט — אַזוי הייסט אַ נײַער בילדער־אַלבאָם וועגן די ייִדן אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות. דער „ייִדישער היסטאָרישער אינסיטוט‟ אין איינעם מיט פּראָפֿעסאָר קאָנראַד זשעלינסקי און לעשעק דוליק האָבן אַרויסגעגעבן דעם דאָזיקן אַלבאָם. די בילדער ווײַזן אַלע אַספּעקטן פֿונעם פֿאַרמלחמהדיקן ייִדישן לעבן אין פּוילן: רעליגיעזן, קולטורעלן און פּאָליטישן, און טאָג־טעגלעכן ייִדישן קיום. די הײַנטיקע פֿאָטאָגראַפן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער פּוילישער ייִדישער טעמאַטיק, קאָנצענטרירן זיך אויף ייִדישע מצבֿות און דענקמעלער. דער אַלבאָם, וואָס זשעלינסקי און דוליק האָבן אַרויסגעגעבן, איז אין לשער מער רירנדיק — ער ווײַזט לעבעדיקע מענטשן: אַלטע און יונגע, פֿרויען און קינדער, אַטלעטן און פּאָליטיקער, קינסטלער און פּעדלערס.

ווער סע וויל קויפֿן דאָס בוך זאָל געדענקען דעם פֿולן טיטל אויף פּויליש:

SWIAT UTRACONY ZYDZY POLSCY
FOTOGRAFIE Z LAT 1918-1939