נײַעס פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published December 29, 2015, issue of January 22, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

פּאָליטיקער באַשולדיקט ייִדן אין די אַנטי־רעגירונג דעמאָנסטראַציעס

פּאַוועל קוקיז האָט אַ קליינע שטימע און אַ גרויסע קרומע נאָז. הײַנט צו טאָג האָבן מיר אָבער מיקראָפֿאָנען און כּל־המינים קלאַנג־מכשירים, וואָס אַ דאַנק זיי, קען יעדער איינער זינגען אויף דער בינע. פֿאַרשטייט זיך, אַז אָן אַ ביסל רעש אין דער מעדיאַ גייט עס נישט. דערפֿאַר האָט קוקיז געשאַפֿן אַ ראָק, ויש אומרים פּאַנק־ראָק גרופּע מיטן נאָמען „ציצן‟. וועט איר פֿרעגן: צי האָט עס נישט צו טאָן מיט אונדז ייִדן? כאַפּט נישט. באַלד וועלן מיר אײַך געבן צו פֿאַרשטיין.

איז אַזוי. קוקיז האָט באַשלאָסן, אַז ער וויל ווערן אַ פּאָליטיקער. אין די לעצטע וואַלן האָט קוקיז באַקומען מער ווי 20 פּראָצענט פֿון די שטימען. וואָס האָט ער בדעה צו טאָן פֿאַר פּוילן איז נישט קלאָר, אָבער קינד־און־קייט ווייסן, קעגן וואָס ער פּראָטעסטירט. למשל, קעגן דער עמיגראַציע פֿון יונגע פּאָליאַקן פֿון פּוילן. קעגן די אַבאָרטן. קעגן די, וואָס ווילן באַגרענעצן דעם באַניץ פון פּוילישע קוילן, און נאָך און נאָך. הכּלל, ער שטעלט זיך אַרויס פֿאַר דער עפֿענטלעכקײט ווי אַ געטרײַער פּוילישער נאַציאָנאַליסט.

וואַרשע האָט געזען לעצטנס גרויסע דעמאָנסטראַציעס קעגן דער נײַער רעכטער רעגירונג. די נײַע רעגירונג, זאָגן די לינקע דעמאָנסטראַנטן, וויל אַריינפֿירן נײַע רעכטע ריכטער אינעם פּוילישן הויכן געריכט. די לינקע טענהן אויך, אַז די נײַע רעגירונג וויל בײַטן די קאָנסטיטוציע. די ליבעראַלע אָפּאָזיציע אָבער טענהט, אַז די רעגירונג האָט נישט קיין רעכט דאָס צו טאָן. הייסט עס, אַז די לינקע און ליבעראַלע קרײַזן באַשולדיקן די נײַע רעגירונג אין דעם, וואָס זי וויל שאַפֿן אין פּוילן ממש אַ דיקטאַטור.

ווער זשע שטייט הינטער די דעמאָנסטראַנטן? לויט קוזיקן זענען דאָס אַנטי־פּוילישע ייִדישע קרײַזן. די ייִדישע באַנקירן האָבן געשיקט גאַנצע 150 מיליאָן זלאָטעס, כּדי צו שטיצן די לעצטע דעמאָנסטראַציעס, טענהט ער.

מסתּמא, גייט דאָ אַ רייד וועגן דעם ייִדישן מיליאַרדער דזשאָרזש סאָראָס. סאָראָס האָט געשאַפֿן אין פּוילן די אַזוי גערופֿענע „סטעפֿאַן באַטאָרי פֿונדאַציע‟. פֿאַר וואָס סטעפֿאַן באַטאָרי? ווייל סטעפֿאַן באַטאָרי איז געווען אַ טאָלעראַנטער פּוילישער קעניג. דער ציל פֿון דער דאָזיקער פֿונדאַציע איז צו העלפֿן שאַפֿן אין פּוילן אַ מער דעמאָקראַטישע און טאָלעראַנטע סבֿיבֿה.