געניע (גענענדל) סאַנדלער, ע״ה

Genya (Genendl) Sandler Has Died

געניע (גענענדל) סאַנדלער ז״ל
Youtube
געניע (גענענדל) סאַנדלער ז״ל

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 30, 2015, issue of January 22, 2016.

דינסטיק, דעם 29סטן דעצעמבער, 2015, איז אַוועק אין דער אייביקייט געניע (גענענדל) סאַנדלער בת אַבֿרהם קאָטיק, די מאַמע פֿונעם שעף־רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, באָריס סאַנדלער. אַחוץ באָריסן, האָט זי פֿאַראָבֿלט איר טאָכטער, ליִאַ.

פֿרוי סאַנדלער איז געבוירן געוואָרן אין מאַרקולעשט, מאָלדאָווע אין 1927 און האָט אין די לעצטע יאָרן געוווינט אין נצרת עילית, ישׂראל. זי האָט געהאַט אַ שווער לעבן אָבער האָט געשעפּט אַ סך נחת פֿון אירע קינדער און אייניקלעך אין ישׂראל און אַמעריקע, און שטאַרק ליב געהאַט צו רעדן ייִדיש און זינגען ייִדישע לידער.

אין יולי 2011 האָבן ד״ר דבֿ־בער קערלער און דער ייִדישער שרײַבער, משה לעמסטער, רעקאָרדירט ווי פֿרוי סאַנדלער זינגט אַ שטיקל פֿונעם „מכירת יוסף שפּיל‟, ווי זי האָט עס פֿאָרגעדענקט פֿון אירע קינדעריאָרן אין די 1930ער אין מאַרקולעשט. אינעם ליד באַקלאָגט דער יונגער יוסף־הצדיק זײַן גורל און בעט רחמים בײַ זײַנע ברידער.

„דאָס איז זיכער אַ ביטערער פֿאַרלוסט פֿאַר אירע אייגענע און נאָענטע,‟ האָט קערלער געזאָגט וועגן פֿרוי סאַנדלערס פּטירה. „ס׳איז אָבער אויך אַ גרויסער קלאַפּ פֿאַר אַלע די, וואָס שעצן און זענען להוט אויפֿצוהיטן דעם לעבעדיקן זכּרון פֿון דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבנסשטייגער, פֿון דער דורותדיקער ייִדישער קולטור אין די שטעט און שטעטלעך פֿון מזרח־אייראָפּע. געניע איז געווען אַ שיִער ניט־אויסשעפּלעכער קוואַל פֿון אָט דעם לעבעדיקן קולטור־זכּרון.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.