„דער דאָנאַלד‟

The Donald

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published January 01, 2016, issue of January 22, 2016.

אַמעריקע קאָכט זיך ווי אין אַ קעסל מיט די וואַלן הײַנטיקס יאָר. אַ טוץ קאַנדידאַטן לאַסטשען זיך אויפֿן העכסטן פּאָסטן אין אַמעריקע, אַרײַנגערעכנט דער רײַכסטער פֿון זיי אַלע, מיסטער דאָנאַלד טראַמפּ. כּמעט אַלע טעלעוויזיע-סטאַנציעס ווערן באַגליקט, מ׳גיט אויס גרויסע סומעס צו טראַנסמיטירן די דעבאַטעס, דער עיקר מיט די רעפּובליקאַנער קאָנקורענטן.

מ׳וואַרפֿט פּעך און שוועבל איינער אויפֿן צווייטן, אָבער דער עיקר פֿליִען די פֿײַל פֿון בויגן אויפֿן חשבון פֿון הילאַרין, די דעמאָקראַטישע קאַנדידאַטקע, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין מויל־מלאכה און קען די פּאָליטישע פּלאַטפֿאָרמע ווי אירע צען פֿינגער.

אָבער דעם גרעסטן רושם מאַכט אָן דער גאַלאַגאַנסקער האָן, „דער דאָנאַלד‟ מיט דער שטרויענער טשופּרינע, וואָס מאַרשירט צווישן דעם טוץ הענער, און ווי נאָר ער דערשנאַפּט דאָס אײַנציקע הינדל, אַזוי וואַרפֿט ער אַן אומחן אויף איר שנאָבל. דערווײַל קלעטערן די טוץ הענער אַרום אים אויף די גלײַכע ווענט, קיינער וויל נישט אָנטרעטן אויף דאָנאַלדס אָטשיסקעס, טראַכטנדיק, אַז זיי וועלן נאָך אפֿשר מוזן אָנקומען צו אים אויף צו מאָרגנס נאָך די וואַלן.

אָבער ווען עס קומט צו דער איינציקער פֿרויענצימער צווישן זיי, די מלכּה פֿיאָרינע מיט איר זויערער מינע, רינט בײַ די הונגעריקע הענער פֿון מויל די סלינע. ווער געדענקט נישט די מעשׂה מיט „היולעט פּעקערט‟, וואָס איז שיִער נישט אונטערגעגאַנגען זינט זי האָט איבערגענומען די לייצעס. דער דאָנאַלד דעקט אויף איר שווינדל, און מאַכט פֿון איר דאָס כּפּרה־הינדל.

עס קומט נישט אָן אַזוי גלאַטיק די חבֿרה לצים וואָס קוואַפּען זיך אויפֿן „ווײַסן הויז‟. זיי ווייסן גאַנץ גוט, אַז מען דאַרף זיך קענען אונטערלעקן, חנפֿענען און לויבן אין הימל אַרײַן די מנדבֿים, די מאַגנאַטן, די עוואַנגעליקער און די וואָס שטימען נישט אײַן מיטן הײַנטיקן פּראָגרעס.

און דאָס קומט אָן דעם דאָנאַלד גרינג ווי פּוך. ער זאָגט צו אויף דער אייגענער האַנט אויסצוהיילן אַלע חלאתן, ספּראַווען זיך אָן שום מעשׂיות מיטן טעראָר פֿון „אײַסיס‟, אָפּלערנען כינע אַ לעקציע צוליב זייער גנבֿה איבער די אַמעריקאַנער גיטער און געלטער, וואַרט! וואַרט! דאָנאַלד וועט זיך ספּראַווען מיטן קליינעם, איבערגעפֿרעסענעם ווענצל פֿון צפֿון־קאָרעע; דער עיקר, ער וועט אים מאַכן מיט אַ קאָפּ נידעריקער. ער וועט שינדן די הויט פֿון די מעקסיקאַנער, מאַכן פּעך און שוועבל פֿון די מחמעדאַנער אחת שתּיים, שליסן די טויערן פֿאַר די סירישע פּליטים און ברענגען אויפֿן מיטעלען מזרח חושך מצרים.